ליל הסדר
די ערשטע נאכט פֿון פסח (אין ארץ ישראל), די ערשטע צוויי נעכט פֿון פסח (אין חוץ לארץ, ווו מ'האלט צוויי טעג יום טוב), פראוועט מען אין יעדן יידישן שטוב א סדר. ביים סדר ליינט מען די הגדה און מען איז מקיים די אלע מצוות און מנהגים וואס געהערן דערצו. ווי אויך איז א טייל פֿונ'ם סדר א יום-טוב'דיקע סעודה.
וויבאלד פסח איז א יום טוב בעיקר אלס אנדעקעניש צו יציאת מצרים, זענען אסאך מנהגים אלס אנדעקעניש צו פֿרייהייט.
כאטש געוויינטליך דאווענט מען אין שול, אבער דעם סדר פֿירט אן יעדער איינער בײַ זיך אין שטוב צוזאמען מיט זײַן משפחה. ס'איז אן אלטער מנהג אײַנצולײַדן געסט אויפֿ'ן סדר,איבערהויפט ווען מען קען האבן אן ארעמאן אדער אן עלענדען מענטש בײַם טיש וואס האט נישט די מעגליכקייט צו פֿירן א געהעריקן סדר פֿאר זיך.
סדר
רעדאַקטירןמצוות און מנהגים פון דער נאכט
רעדאַקטירןביים סדר זענען דא פינף מצוות:
- עסן מצה—מדאורייתא
- דערציילן די מעשה פון יציאת מצרים—מדאורייתא
- טרינקען די פיר כוסות—מדרבנן
- עסן מרור—מדרבנן
- זאגן הלל—מדרבנן
ווען ס'איז געשטאנען דער בית המקדש האט מען געהאט נאך צוויי מצוות מדאורייתא: עסן דעם קרבן פסח און עסן מרור.
- מען פירט זיך אנצוטאן א קיטל פסח צום סדר. דער עיקר טעם איז כדי אויסצוקוקן ווי א מלאך.
- דאס איז א מנהג.
שנעל מאכן קידוש
רעדאַקטירן- מען פירט זיך צו מאכן קידוש, גלייך ווען מען קומט אהיים פון שול כדי די קינדער זאלן נישט ווערן מיד און איינשלאפן.
- דאס איז א מנהג.
- מען פירט זיך אויסצושטעלן אלע מאכלים און סימנים פון די סדר (אחוץ דער סעודה) אויף א קערה.
- דאס איז א מנהג.
סימנים
רעדאַקטירן- מען פירט זיך צו מאכן סימנים אויף דער קערה, מען לייגט ארויף א שטיקל מרור, חזרת, כרפס, חרוסת, אן איי, און געבראטענע זרוע.
- דאס איז א מנהג.
- אזוי ווי אלע ימים טובים דארף מען פסח אויפדערנאכט אויך מאכן קידוש אויף א כוס וויין. דער כוס פון קידוש ווערט גערעכנט פאר איינער פון די פיר כוסות.
- דאס איז א מצוה.
דערציילן די ניסים פון יציאת מצרים/הגדה
רעדאַקטירן- מען דארף דערציילן די ניסים וואס איז געשען צו די אידן ווען זיי זענען ארויס פון מצרים.
- דאס איז א מצוה. און איינע פון די עיקר מצות פון די נאכט, אויב מען טוט דאס נישט האט מען נישט יוצא געווען די ענין פון די סדר.
עסן מצה
רעדאַקטירןעסן מרור
רעדאַקטירןעסן כורך
רעדאַקטירן- מען עסט מצה מיט מרור אין א סענדוויטש.
- דאס איז אן אנדענקעניש צו ווי אזוי מען האט געטאן די מצוה ווען די בית המקדש איז נאך געשטאנען.
עסן אפגעקאכטע אייער
רעדאַקטירן- מען עסט הארטע אייער.
- דאס איז א מנהג.
עסן א סעודה
רעדאַקטירן- מען עסט א געהעריגע יום טוב סעודה. אסאך פירן זיך נישט צו עסן צופיל כדי דער אפיקומן זאל נאך האבן פלאץ.
- דאס איז א מצוה.
עסן אפיקומן
רעדאַקטירן- מען עסט דאס לעצטע שטיקל מצה, אלס אן אנדענקעניש צום קרבן פסח און קרבן חגיגה.
- דאס איז א מצוה.
- מען בענטשט ברכת המזון.
- דאס איז א מצוה.
זאגן הלל
רעדאַקטירןסימני הסדר
רעדאַקטירן- עס זענען דא 15 סימנים פאר'ן סדר פון דער נאכט, געווענליך זאגן עס די קינדער:
קַדֵׁש
רעדאַקטירןקדש - ווען דער טאטע קומט אהיים פון שול טוט ער זיך אן די קיטל און מאכט שנעל קידוש כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן.
וּרחַץ
רעדאַקטירןורחץ - מען וואשט זיך די הענט און מען מאכט נישט די ברכה על נטילת ידים.
כּרפַּס
רעדאַקטירןכרפס - מען נעמט א שטיקל גרינצייג ווייניגער ווי א כזית מען טינקט דאס איין און זאלץ וואסער מען מאכט א ברכה בורא פרי האדמה און מען האט אינזין צו פטרן די מרור.
יַחַץ
רעדאַקטירןיחץ - מען צעטיילט די מיטעלסטע מצה וואס הייסט לוי, די גרעסערע העלפט לייגט מען אוועק פאר אפיקומן און די קלענערע העלפט לייגט מען צוריק צווישן די מצות.
מַגיִד
רעדאַקטירן- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – הגדה של פסח
מגיד - מען הייבט אויף די דריי מצות און מען זאגט די הגדה פון הא לחמא עניא ביז גאל ישראל.
רָחצָה
רעדאַקטירןרחצה - מען וואשט זיך די הענט און מען מאכט יא די ברכה על נטילת ידים.
מוׁציִא
רעדאַקטירןמוציא - מען הייבט אויף אלע דריי מצות און מען מאכט א ברכה המוציא לחם מן הארץ.
מַצָה
רעדאַקטירןמען לאזט אויס די אינטערשטע מצה און מען מאכט א ברכה על אכילת מצה, און מען עסט עס אנגעלאנטערהייט.
מַרוׁר
רעדאַקטירןמרור - מען עסט א כזית מרור, מיט דער ברכה "על אכילת מרור", אבער מען מאכט נישט קיין ברכה "בורא פרי האדמה".
כּוׁרֵך
רעדאַקטירןכורך - מען נעמט א שטיקעל מרור און מען וויקעלט דאס איין צעווישען צוויי שטיקלעך מצה מען זאגט זכר למקדש כהלל און מען עסט עס אנגעלאנט.
שׁלחָן עֹרֵך
רעדאַקטירןשלחן ערך - מען גרייט אן א סעודה לכבוד יום טוב און מען לאזט זיך וויאל גיין, מען פירט זיך צו עסן אייער.
צָפוׁן
רעדאַקטירןצפון - מען נעמט די באהאלטענע אפיקומן און מען עסט דאס.
בֵּרַך
רעדאַקטירןברך - מען גיסט אן דעם דריטן כוס און מען בענטשט.
הַלֵל
רעדאַקטירןהלל - מען גיסט אן דעם פערדן כוס און מען זאגט הלל.
נִרצָה
רעדאַקטירןנרצה - ווער עס האט געטאן די אלע זאכן איז באוויליגט פארן אויבירשטען.
פסח לידער
רעדאַקטירןעס זענען דא אסאך באקאנטע פסח לידער, פאלגענד איז א טיילווייזע ליסטע:
מה נשתנה
רעדאַקטירן- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – מה נשתנה
והיא שעמדה
רעדאַקטירןדיינו
רעדאַקטירןפיוטים
רעדאַקטירןדי אשכנזים זינגען עטלעכע פיוטים ביים סוף פונעם סדר:
- ויהי בחצי הלילה (פון די קרובות פון שבת הגדול)
- ואמרתם זבח פסח (פון די קרובות פון צווייטן טאג פסח)
אחד מי יודע
רעדאַקטירן- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – אחד מי יודע
אדיר במלוכה
רעדאַקטירןחד גדיא
רעדאַקטירן- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – חד גדיא
שיר השירים
רעדאַקטירןווען מען ענדיגט דעם סדר דארף מען עוסק זיין אין דעם ענין פון יציאת מצרים. אסאך האבן דעם מנהג צו ליינען דעם ספר שיר השירים.
אזהרה: מען פסק'נט נישט קיין הלכה פון וויקיפעדיע.