אחד מי יודע
אחד מי יודע איז א פיוט וואס מען זאגט אין סוף ליל הסדר. עס איז געשריבן אין לשון קודש געמישט מיט אראמיש. זיין געשטעל איז 13 פראגעס אויף א פארעם פון: "אחד מי יודע", "שנים מי יודע" אא"וו, און די ענטפערס זיינען: "אחד אלוהינו", "שני לוחות הברית" אא"וו.
דער פיוט איז געשריבן אין דער מיטלאלטער און דער מחבר זיינער איז נישט באוווסט. אין א סידור פון יאר ה'קס"ו (1406) שטייט אז דער פיוט האט מען געטראפן אין דער שול פון ר' אלעזר בר יהודה פון ראגמיזע, דער בעל הרוקח.
אין געוויסע געמיינדעס האט מען זיך געפירט זינגען אחד מי יודע אויך שבת־שבע ברכות.
דרויסנדיקע לינקס
רעדאַקטירן- אחד מי יודע אויף יידיש
- נוסח מעינקע קאץ אינעם אלגעמיינער (ארכיווירט 26.01.2009 ביי דער Wayback Machine)