מה נשתנה

פיר טראדיציאנאלע פראגעס פאר פסח

מה נשתנה זענען די ערשטע צוויי ווערטע פון די פיר קשיות וואס יידישע קינדער פרעגן זייערע טאטעס פסח ביינאכט ביים סדר.

מה נשתנה

דער מנהג

רעדאַקטירן
  • דער מנהג איז אן אלטער מנהג וואס ווערט געברענגט אין משניות מסכת פסחים אין פרק ערבי פסחים.
  • עס איז געבויט אויף דעם וואס עס ווערט געשריבן אין דער תורה 'כי ישאלך בנך מחר' וואס פון דעם זעט מען אז דער קינד זאל פרעגן.
  • עס איז אויך דא אסאך אנדערע מנהגים דורך אויס דעם סדר וואס דרייט זיך ארום דאס ענין אז די קינדער זאלן פרעגן, און אויך אז זיי זאלן בלייבן אויף דאס גאנצע סדר כדי צו הערן די נסים פון יציאת מצרים.

אנדערע מה נשתנה מנהגים

רעדאַקטירן

עס איז אויך דא וואס פירן זיך די פאלגנדע מנהגים:

  • מען צינדט אן גרעסער און לענגערע וואקסענע ליכט ("מה נשתנה ליכט") פון דאס וואס מען צינדט איין אנדער יום טוב אדער שבת.
  • אויך איז דא א מנהג אז מען ווארפט ניסלעך פאר די קינדער פאר מה נשתנה, דאס איז פארדעם אז די קינדער זאלן ווערן לעבעדיג און נישט איינשלאפן.

דער נוסח פון מה נשתנה

רעדאַקטירן

דער נוסח ווערט געברענגט אין דער משנה.

דער נוסח

רעדאַקטירן

טאטע לעבן: איך וויל דיך פיר קשיות פרעגן.
מה נשתנה - פארוואס איז פארענדערט געווארן
הלילה הזה - די נאכט פון פסח
מכל הלילות - פון אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאר?

די ערשטע קשיא איז:
שבכל הלילות - אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאר
אנו אוכלים - עסן מיר
חמץ ומצה - סיי חמץ, און סיי מצה
אבער הלילה הזה -די נאכט פון פסח
מצה - עסן מיר אלע נאר מצה.

די צוויטע קשיא איז:
שבכל הלילות - אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאר
אנו אוכלים - עסן מיר
שאר ירקות - פארשידענע גרינצייגן
אבער הלילה הזה - די נאכט פון פסח
מרור - איז א מצוה צו עסן מרור.

די דריטע קשיא איז:
שבכל הלילות - אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאר
אין אנו מטבילים - טונקען מיר נישט איין
אפילו פעם אחת - אפילו איינמאל אויך נישט
אבער הלילה הזה - די נאכט פון פסח
שתי פעמים - טונקען מיר איין צוויי מאל, איינמאל כרפס אין זאלץ וואסער און איינמאל מרור אין חרוסת.

די פערטע קשיא איז:
שבכל הלילות - אלע אנדערע נעכט פון א גאנץ יאר
אנו אוכלים - עסן מיר
בין יושבים - סיי זיצנדיג
ובין מסובים - און סיי אנגלאנט (אנגעשפארט)
אבער הלילה הזה - די נאכט פון פסח
כלנו מסובים - עסן מיר אלע אנגעלאנט.

טאטע לעבן: כ'האב דיך געפרעגט פיר קשיות, זיי מוחל ענטפער מיר א תירוץ.

דער תירוץ

רעדאַקטירן
  • דער תירוץ ענטפערט דער טאטע מיטן זאגן עבדים היינו. וואס אין דעם דערציילט מען צו וואס אלץ איז א אנדענקעניש.

פיר קינדער

רעדאַקטירן

עס איז דא פיר קינדער קעגן וועם די תורה האט געזאגט פיר אנדערע מאל אז מען זאל זיי דערציילן די ווינדער פון יציאת מצרים.

דער איז דער וואס פארשטייט אן עסק און פרובירט צו דערגיין די זאך.

דער חכם פרעגט: פארוואס דארף מען מקיים זיין די געזעצן פון די תורה?”מָה הָעֵדֹת, וְהַחֻקִּים וְהַמִּשְׁפָּטִים, אֲשֶׁר צִוָּה יְהוָה אֱלֹהֵינוּ, אֶתְכֶם.” (דברים ו')

דער טאטע ענטפערט אים, פון וועגן צוויי סיבות:

  1. גאט האט אונדז באפרייט פון עבדות צו חירות. ”עֲבָדִים הָיִינוּ לְפַרְעֹה בְּמִצְרָיִם; וַיֹּצִיאֵנוּ יְהוָה מִמִּצְרַיִם, בְּיָד חֲזָקָה...” (שם)
  2. גאט האט אונדז געשענקט די לאנד כנען. ”לְמַעַן, הָבִיא אֹתָנוּ, לָתֶת לָנוּ אֶת-הָאָרֶץ, אֲשֶׁר נִשְׁבַּע לַאֲבֹתֵינוּ” (שם)

דער רשע איז דער וואס אינטערעסירט אים נישט צופיל, און גלייכט חוזק צו מאכן.

דער תם איז דער וואס פארשטייט נישט וואס מען וויל פון אים.

שאינו יודע לשאול

רעדאַקטירן

דער איז דער וואס ווייסט ניטאמאל אז מען דארף פרעגן.