קיטל
א קיטל איז א אויבערראק, וואס ווערט גענוצט אויף געוויסע רעליגיעזע צערעמאניעס. עס איז לאנג און ציהן זיך אראפ ביז לערך די קניען.
דער קיטל קען נאר זיין ווייס. א גרינער ראק, וועט מען נישט רופן קיטל.
דעם קיטל טוט מען אן:
- יום כיפור
- פסח ביים סדר
- א חתן אונטער דער חופה
- א טויטן טוט אן מען א קיטל, פון די תכריכים, אונטער'ן טלית.
- דער חזן טוט אן א קיטל ראש השנה. ביים בענטשן גשם און בענטשן טל און הושענא רבה.