ר' מנחם מענדיל פון רימאנאוו (נפ' י"ט אייר ה'תקע"ה) איז געווען ביי די חסידים איינער פון די דריי גרויסע צדיקים, וואס זענען די רבי'ס פון חסידישן פוילישן, אונגארישן אידנטום, זיי זענען געווען תלמידים פון ר' אלימלך פון ליזשענסק זצ"ל, וואס האט איבער געלאזט זיין קדושת המוח פאר זיין תלמיד רבי ר' מענדעלי.

מענדעלע רימאנאווער
געבורט 1745 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 29 מאי 1815 (אלט 70 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
מצבה פון ר' מענדעלע רימאנאווער

ער האט יונגערהייט געלערנט אין דער ישיבה פון רבי'ן ר' שמעלקא פון ניקאלשבורג זי"ע און דערנאך איז ער אריבער צום הייליגן רבי'ן ר' אלימלך פון ליזשענסק זי"ע, וואו ער איז געווארן פון זיינע גרעסטע תלמידים. ער האט דערנאך אליין געפראוועט חסידים אין פֿריסטיק, און בערך אנהויב יאר תקנ"ו זיך געצויגן קיין רימאנאוו, וואו ער האט געפירט די עדה חסידים, און רימאנאוו איז געווארן א תל תלפיות פאר טויזנטער וואס זענען געקומען אהין פון גאנץ גאליציע שעפן תורה וקדושה פון הייליגן רבי'ן ר' מענדעלע זי"ע, ביז צו זיין הסתלקות י"ט אייר ה'תקע"ה, ל"ד בעומר, ומנ"כ אין רימאנאוו.

צדיקים האבן געזאגט, אז דער שם הויה האט זיך מתלבש געווען אין א ספאדיק און בעקישע, דאס איז רבי ר' מענדלי רימאנאווער (דברי תורה - מונקאטש בשם צדיקים).

עס איז באקאנט, אז די דריי צדיקים האבן געוואלט בריינגען משיח מיט זייערע הייליגע כוונות, אבער זייער תלמיד רבי נפתלי מראפשיץ, האט געהאלטן אז אויב מ'וועט גיין אויף דעם וועג, קען זיין גרויסע הריגות, וועגן דעם האט ער נישט מסכים געווען, און דערפאר איז ער געפארן אויף ימים נוראים קיין רימאנאוו, דארט האט מען אים מכבד געווען צו דאווענען פארן עמוד, ווען ער האט געדאוונט פארן עמוד האט ער אויסגעדרייט, אז איבעראל ווו דער מנהג איז צו וויינען, האט ער געזינגען פרייליכע ניגונים, און איבעראל ווו מ'זיגנט פריילכע ניגונים, האט ער געוויינט מיט טרויעריגע ניגונים, ביז ער האט ממש צומישט זיין רבי'ן ר' מענדעלי, ער זאל נישט קענען מכוון זיין.

מוצאי יו"ט, האט ר' נפתלי מורא געהאט פון דער הקפדה פון זיין רבי'ן, איז ער אנטלאפן קיין קאזשניץ צום מגיד. אינדעפרי ווען דער מגיד איז צוריק געקומען פון מקוה, זייער אפגעשוואכט, און זיך געוואלט אריין לייגן אין בעט פון גרויס שוואכקייט, האט ער געטראפן אין בעט ליגט רבי ר' נפתלי. ר' נפתלי האט געזאגט: איך גיי נישט ארויס פון בעט, נאר אויב דער רבי (קאזשניצער מגיד) וועט מסכים זיין מיט מיר, און אראפ נעמען די הקפדה פון רבי ר' מענדעלי, און דער קאזשניצער מגיד האט מסכים געווען מיט אים.

דעמאלט ווען רבי ר' מענדעלי האט געזען אז דער קאזשניצער מגיד איז אויך מסכים מיט ר' נפתלי, האט ער געזאגט: איך האב געוואלט אז די גאולה זאל שוין זיין זייער נאנט, אבער וויבאלד מ'האט זי אפגשטופט, וועלן נאך אונטערוואקסן גרינע ווערעם, מיט קופערנע פיסקעס. [1]

דער רבי ר' מענדעלע האט געפראוועט אין פריסטיק מורא'דיגע סיגופים, זיך געקוילערט יעדע נאכט אין שניי, און ביז צו דער צווייטער וועלט מלחמה פלעגן פריסטיקער אידן אנווייזן אויף דעם בארג, פון וואו דער רבי ר' מענדעלע האט יונגערהייט געפראוועט גלגול שלג. הגה"ק רבי אלחנן קאלאשיצער זי"ע הי"ד האט דערציילט, אז דער הייליגער אפטער רב זי"ע בעל "אוהב ישראל" פלעגט זיך אויסדריקן: "די ערד אין פריסטיק איז הייליג דריי טפחים טיף מיט קדושת ארץ ישראל פונעם גלגול שלג פון רבי'ן ר' מענדעלע!" (דברי חנה השלם עמ' שעב).

הרה"ק דער נאסוידער רב זי"ע האט נאכגעזאגט, אז דער רבי ר' מענדעלע האט צוגעזאגט: "ווער ס'וועט אנצינדן א ליכט פאר מיין נשמה, אפילו נאך הונדערט יאר שפעטער ווי דער הסתלקות, וועל איך אים א טובה טאן אויף יענער וועלט!" (הדרת קודש לו:).

זיין רבי האט אים משדך געווען רבקה, טאכטער פון א גביר פונעם שטעטל פֿריסטיק. זיי האבן געהאט פיר קינדער:

  • דער בכור רבי נתן יהודה לייב (גערופן רבי נתן לייב), פאטער פון רבי אלימלך טארעם פון גארליץ (דער פערטער שווער פונעם דברי חיים פון צאנז, און דער שווער פון רבי חיים גדליהו ראבינאוויטש פון דער פרשיסחער גזע.
  • רבי ישראל יעקב - האט געהייראט מרת טעמא לאה טאכטער פון רבי פינחס פון גניוויש.
  • פייגא - ווייס פון רבי קלונימוס קלמן פון לאנצהוט, זון פון רבי יעקב, א תלמיד פונעם חוזה פון לובלין. ברודער פון רבי שלמה זלמן תלמיד פונעם "נועם אלימלך".‏[2] זייער זון איז ר' דוד.
  • חנה - ווייב פון רבי מרדכי אבד"ק זילקאווא און שפעטער אבד"ק רימאנאוו. זייערע זין: רבי אלטער ראובן און "ר' הערצל", רבי נפתלי הערץ.

זיינע תלמידים

רעדאַקטירן

רבי מנחם מענדל היה פון די גרעסטע רבי׳ס אין גאליציע און א סך גרויסע רבי׳ס זענען געווען זיינע תלמידים.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. דברי תורה - מונקאטש בשם צדיקים
  2. געברענגט אין שער פונעם ספר "קונטרס הגאון ר' צבי חריף" און אין "אהל אלימלך" אות של"ו.