אשר ישעיה רובין
רבי אשר ישעיה רובין זצ"ל (ה'תקל"ה - י"ד ניסן ה'תר"ה), איז געווען דער רב אין ראפשיץ, מערב גאליציע.
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי אשר'ל איז געבוירן אין ווארשא אין יאר ה'תקל"ה (אומגעפעהר), צו זיין פאטער "דער שניידער" הרב אליעזר ליפמאן רובין פון די צדיקים נסתרים אין ווארשא. און צו זיין מוטער מרת פֿרומעט א טאכטער פון הרב אשר, רב אין נאראל, באקאנט אלס דער גרויסער רבי אשר'ל, אן איידעם פון הרב מאיר איש הורוויץ, רב אין טיקטין, באקאנט אלס דער מהר"ם טיקטין.
זיינע רבי'ס
רעדאַקטירןרבי אשר'ל איז געפארן צו די ראשי החסידות פון זיין דור, דער חוזה פון לובלין, דער קאזשניצער מגיד, רבי מענדלע רימאנובער, און צום אוהב ישראל.
רבנות
רעדאַקטירןאין יאר ה'תקפ"ז נאך זיין שווער'ס פטירה, איז רבי אשר'ל געווארן דער ממלא מקום, רב אין ראפשיץ. די ראפשיצער חבריא זענען ווייטער געפארן צו רבי אשר'ל, וו.צ.ב.ש. רבי שמעון יעראסלאווער האט אויסגערימט זיין ענוה, דער דברי חיים האט געזאגט ער איז די ליכט פון די וועלט, רבי שלום קאמינקא.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי אשר'ל איז נפטר געווארן ערב פסח י"ד ניסן ה'תר"ה, אין דעם מאמענט האט מען ערשט פארשטאנדן וואס זיין רבי דער חוזה האט געזאגט ווען ער האט אים געזען דאס ערשטע מאל, "א שיינער קרבן פסח'ל".
פאמיליע
רעדאַקטירןאויף דעם פארשלאג פון זיין רבין דער חוזה פון לובלין האט רבי אשר'ל געהייראט מרת רייצא די איינציגע טאכטער (בת יחידה) פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב.
- הרב מנשה רובין (ה'תקנ"ה (אומגעפעהר) - ה'תרכ"א), ממלא מקום פון פאטער, רב אין ראפשיץ.
- הרב אהרן רובין (ה'תק"ס (אומגעפעהר) - ה'תרי"ז), רב אין רימאנאוו.
- הרב אלימלך רובין (ה'תקס"ה (אומגעפעהר) - ב' תמוז ה'תרכ"ב), רב אין סאקאלאוו.
- הרב מנחם מענדל רובין (ה'תקס"ו - א' דר"ח אלול ה'תרל"ג), רב אין גלאגאוו.
- הרב יחיאל רובין (ה'תק"ע - כ' תמוז ה'תר"ך), רב אין קאלבאסאוו.
- מרת חנה די ווייב פון הרב משולם פייבוש האלפרין, פון ברעזאן.
- די ווייב פון הרב יצחק רייך.
זיינע ספרים
רעדאַקטירן- אור ישע
רעפערענצן
רעדאַקטירן- זרעא קדישא
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר