פריסטיק
|
פֿריסטיק (פויליש: Frysztak) איז א דארף אין סטריזשעווער גראפנשאפט, אונטערקארפאטישע וואיעוואדעשאפט, פוילן, 17 ק״מ צפון־מערב פון קראסנא. פריסטיק געפינט זיך נישט ווייט פונעם וויסלאק, א בייטייך פונעם סאן, אין דעם היסטארישן ראיאן קליינפוילן. צווישן די יארן 1772–1918 איז ער געווען א טייל פון מערב גאליציע.
היסטאריע
רעדאַקטירןפֿריסטיק ווערט דערמאנט אין יאר 1259 ווי א שטאָט מיט מאגדעבורג רעכטן. אין 1474 האט די אונגארישע ארמיי פון קעניג מאטיאס קארווינוס פארטיליגט די שטאט.
רבי מענדעלע רימאנאווער (תק"ה - תקע"ה), איינע פון די גרויסע פירער פון חסידות אין גאליציע, האט געוואוינט לאנגע יארן אין פֿריסטיק.
נאך דער ערשטער וועלט-מלחמה, אין 1932, האט מען אוועקגענומען פון פֿריסטיק דעם סטאטוס פון א שטאט, ווייל די באפעלקערונג האט זיך פארמינערט.[1] צוויי מאל (אין 1952 און 1975) האבן די איינוואוינער פרובירט צוריקבאקומען שטאָט-סטאטוס אָן דערפאלג.
יידן אין פֿריסטיק
רעדאַקטירןאין יאר 1880 האבן געוואוינט אין פֿריסטיק 820 יידן, און אין 1921, 1,010 יידן.[2] ווען די צווייטע וועלט-מלחמה איז די באפעלקערונג פון פֿריסטיק געווען דריי פֿערטל יידן, מיט 1,322 מענטשן. [2] דער הויפט מסחר אין פֿריסטיק אין יענער צייט איז געווען מלאכות און פֿארמעריי.[3] די דייטשן האבן איינגענומען דעם יישוב אום 8טן סעפטעמבער 1939, ווען דייטשע זעלנער האבן בארויבט יידישע הייזער און קראמען און האבן ארויפגעלייגט אויף די יידן צוואנג־ארבעט. א וואך נאכהער, ראש השנה, האבן די דייטשע זעלנער פֿארברענט תשמישי קדושה און דערמארדעט יידן וואס האבן געדאווענט אין שול.[4]
גאַלעריע
רעדאַקטירן-
דער בית-עולם אין 2013
-
איינע פון די מצבות, געפאלן און באדעקט מיט מאָך
-
די היינטצייטיקע וואנט ארום א טייל פונעם בית-עולם
-
קבר פון טאכטער פון רבי אלימלך, אסתר עטל עלבוים
-
די מצבה אויפן קבר פון אסתר עטל עלבוים, טאכטער פון רבי אלימלך
וועבלינקען
רעדאַקטירןרעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ וויליאם לייבנער. History of Frysztak. JewishGen ShtetLinks. דערגרייכט דעם 28סטן יוני 2011. “Source: The Polish Genealogical Society of Texas, as adapted from Slownik Geograficzny published around 1900 and translated by Michael Kurtin”
- ↑ a b "פריסטיק", ביי "JewishGen" (אויף ענגליש)
- ↑ Sliwa, Joanna (2012). Encyclopedia of Camps and Ghettos, 1933-1945. Bloomington: Indiana University Press, 505. ISBN 0253353289.
- ↑ וויליאם לייבנער, היסטאריע פון פֿריסטיק