רבי יחזקאל פאנעט זצ"ל (ה'תקמ"ג - כ' ניסן ה'תר"ה) רב פון קארלסבורג און באקאנט אלס דער מראה יחזקאל איז געווען דער גרינדער פון דעעשער חסידות.

יחזקאל פאנעט
געבורט 1783
פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 9 אפריל 1845 (אלט 62 בערך)
עסטרייכער אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער OOjs UI icon info big.svg

אפשטאםרעדאַקטירן

רבי יחזקאל איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תקמ"ג, אין דער שטאט ביליץ, שלעזיע, צו זיין פאטער הרב יוסף, א גרויסער תלמוד חכם און עושר וואס ווי ס'איז מקובל אין דו משפחה האט ער געצויגן זיין יוחס בן אחר בן ביז צום הייליגן אברבנאל וואס דו אברבנאל געוועהן א אייניקל בן אחר בן פון דוד המלך ע"ה. און צו זיין מוטער מרת בריינדיל.

יוגנטרעדאַקטירן

רבי יחזקאל האט געלערנט אין לייפניק ביי רבי ברוך תאומים-פרענקל, דער ברוך טעם. שפעטער האט ער געלערנט אין פראג ביי רבי יהודה לייב פישעלס, ביי רבי שמואל לאנדא זוהן פונעם נודע ביהודה, און ביי רבי אלעזר פלעקלעס מרבני פראג.

כשבא לפירקו אין יאר ה'תקס"ב האט רבי יחזקאל געהייראט מרת חיה רחל א טאכטער פון הרב משה העניג מראשי הקהל פון לינסק, גאליציע.

נאך זיין חתונה האט רבי יחזקאל געלערנט אין לינסקער קלויז ביים דארטיגן רב, רבי מנחם מענדל רובין (דער פאטער פון ראפשיצער רב).

רבי יחזקאל איז געפארן און האט געשעפט חסידות פון די גרויסע רבי'ס אין זיין צייט, פון חוזה פון לובלין, פון קאזשניצער מגיד און נאך, זיין רבי מובהק איז געווען רבי מענדעלע פון רימאנאוו, דארט איז ער אפגעזעצען לענגערע צייטן און פארשריבן די דברי תורה וואס ער האט געהערט פון זיין רבין, וועלכע רבי יחזקאל האט שפעטער אפגעדרוקט מיט דעם נאמען מנחם ציון.

באקאנט איז דער וואונדערליכן בריעף[1] וואס רבי יחזקאל האט געשריבן אין יאר ה'תקס"ה צו זיין פאטער וועלכער איז געווען א קעגנער פון דעם חסידישן שטייגער, וואו רבי יחזקאל טוהט פארציילן און שילדערן דעם אינהאלט און גייסט פון חסידות און אלגעמיין, און ספעציעל פון זיין רבין רבי מענדעלע פון רימינוב, וועלכער איז דעמאלס נאך געווען אין פריסטיק. ס'איז באקאנט ביי חסידים אז דער צאנזער רב האט דעם בריעף געליינט מיט הייסע טרערן ל"ד בעומר דער טאג פון די יארצייט פון רבי מענדעלע פון רימינוב.

רבנותרעדאַקטירן

אין יאר ה'תקס"ז האט מען אויפגענומען רבי יחזקאל אלס רב אין אוסטריק, גאליציע. אין יאר ה'תקע"ג איז רבי יחזקאל אריבער קיין אונגארן אין געווארן רב אין טערצאל.

אין חודש סיון ה'תקפ"ג איז רבי יחזקאל אויפגענומען געווארן מיט גרויס פאראדע אלס רב אין קארלסבורג, און אלס הויפט רב פון גאנץ זיבנבערגן. דריי און צוואנציג יאר איז רבי יחזקאל געשטאנען אין שפיטץ פון דעם ארטאדאקסישן יידנטום פון זיבנבערגן, וואס ער האט איבער געדרייט פון א יידישן וויסטערניש, צו א הערליכן בליענדיגן יידישן צענטער. רבי יחזקאל איז אימער ארום געפארן אין די שטעטלעך און דערפלעך פון זיבנבערגן און איינגעפירט תקנות, אריין געזעצט רבנים און שוחטים, געבויעט מקוואות און בתי מדרשים, און געדרינדערט תלמוד תורות פאר יידישע קינדער ווי אויך האט ער אסאך עוסק געוועהן מיט עגינות און אויפגעטוהן א געוואלד אין דעם נושא, וויבאלד ער איז געוועהן רב מטעם המדינה האבן זיי איהם געגעבן אסאך מאכט,. און מיט דעם כח האט ער אוןיפגעשטעלט א תפיסה ווי אלע מענער וואס זענען אנטלאפן פון דו ווייבער אן גיבן א גט און מ'האט זיי געכאפט האט מען זיי דארט איינגעשפארט, ער האט געהאט אסאך וועגן ווי אזוי ער איז נאכגעגאנגען און געכאפט די מענטשן וואס האבן דאס געטוהן.

  • 'שו"ת מראה יחזקאל' - שו"ת און חידושים אויף סוגיות הש"ס.
  • "מראה יחזקאל" אויף הגדה של פסח.
  • "מראה יחזקאל" - חידושים אויף מסכת חולין.
  • "מראה יחזקאל" - עה"ת.
  • "שערי ציון" - על המועדים.
  • "מראה יחזקאל השלם על המועדים" - איבער געארבעט פון כתבים דורך א אייניקל פון זיין זוהן ר' יצחק משה, הרה"צ ר' צבי אלימלך פאנעט אדמו"ר מקאסאן ב"ב שליט"א, אין יאר תש"ס (2000) וואס האט אויך צוגעלייגט הערות אויפן ספר "הגהות הצבי והצדק".
  • "מראה יחזקאל השלם על התורה והמועדים ופרקי אבות" - איבער געארבעט דורך מכון "תפארת יחזקאל" מאנסי אין יאר תשס"ד (2004) פון כתבי ידות וואס איז נאכנישט געהאט געדרוקט געווארן און לקוטי הוספות פון אלע זיינע און זיינע קינדער'ס ספרים.
  • "שערי ציון" - מאמרי מוסר על התורה.
  • "מראה יחזקאל" - חדושי אגדה בענייני נישואין ו'אגרת קודש' בענייני חסידות" בתוך "קובץ עטרת אבות" שערך הרב משה אלכסנדר זושא קינסטליכר.

בנוסף נותרו בכתב יד חידושי הלכה ואגדה על הש"ס, חיבור גדול על ארבעה חלקי השו"ע ועוד.

כן ערך את "מנחם ציון" - דרשות ר' מנחם מנדל מרימנוב, רבו הגדול בחסידות.

הסתלקותרעדאַקטירן

רבי יחזקאל איז נפטר געווארן דעם פערטן טאג חול המועד פסח כ' ניסן ה'תר"ה.

פאמיליערעדאַקטירן

רבי יחזקאל האט איבער געלאזט פיהר זוהן און פיהר טעכטער:

  • הרב יהודה לייביש פאנעט, פון טערצאל, ער האט געהייראט מרת עטיל א טאכטער פון הרב דוד יהודה ראטענבערג, רב אין סענט-פעטער.
  • הרב יצחק משה פאנעט, פון דעעש, ער האט געהייראט מרת בלומא מלכה א טאכטער פון הרב משה אריה, פון טינטאלניק
  • מרת חנטשא, די ווייב פון הרב יוסף אריה לייב כהנא פון סיגעט, אן אייניקעל פון קונטרס הספיקות.
  • מרת שרה, די ווייב פון הרב יהודה כהנא פון סיגעט, אן אייניקעל פון קונטרס הספיקות.
  • מרת ביילא, די ווייב פון הרב אברהם ישראל ראטמאן פון טאלטשאווא.
  • מרת חוה, די ווייב פון הרב יצחק אייזיק כהנא פון מונקאטש, אן אייניקעל פון קונטרס הספיקות.

זיינע ספריםרעדאַקטירן

  • מראה יחזקאל - שו"ת און חידושים אויף סוגיות הש"ס.
  • מראה יחזקאל - חידושים אויף מסכת חולין.
  • מראה יחזקאל - על התורה.
  • מראה יחזקאל אויף הגדה של פסח.
  • שערי ציון - על המועדים.
  • שערי ציון - מאמרי מוסר על התורה.
  • מראה יחזקאל - חדושי אגדה בענייני נישואין ו'אגרת קודש' בענייני חסידות

זעט אויךרעדאַקטירן

רעפערענצעןרעדאַקטירן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • חכמי טראנסילווניה
  1. שו"ת מראה יחזקאל סי' ק"ד