מאלדאווע

(אַריבערגעפֿירט פון מאלדאװע)

מאָלדאװע (Republica Moldova, רוסיש: Република Молдова) איז אַ לאנד-איינגעשלאסן לאַנד אין דרום-מזרח אייראפּע, צווישן רומעניע צו מערב און אוקראינע צו צפון, מזרח און דרום. איר הױפּטשטאָט איז קעשענעוו.

מאלדאווער רעפובליק
פאן מאלדאווע
פאן מאלדאווע
סימבאָל מאלדאווע
פֿאָן הערב
נאַציאָנאַלע זינגליד:
Limba noastră
אונזער שפראך
אָרט פֿון מאלדאווע
אָרט פֿון מאלדאווע
קאָנטינענט אייראפע
אָפֿיציעלע שפּראַך רומעניש
הויפּטשטאָט קעשענעוו
רעגירונג פארלאמענטארע רעפובליק
פּרעזידענט
פּרעמיער מיניסטער
ניקאליי טימאווטי
וולאדימיר פֿילאט
גרינדונג דאַטום
27סטן אויגוסט 1991
(פון סאוועטן פארבאנד)
פלאַך מאָס
וועלט גראַדונג פלאַך
פּראָצענט וואַסער
33,846 קוואַדראַט ק"מ
136סט
1.4
באַפֿעלקערונג
- צאָל
- וועלט גראַדונג
- ענגקײט

4,128,047
121שט
121.9 מענטשן פאַר אַ ק"מ
פּראָדוקט ווערדע $10.746 ביליאן (138סט)
וואַלוטע מאלדאוואנער לעו
צײַט זאָנע מזרח אייראפע זייגער
אינטערנעט דאָמען md.
טעלעפֿאָן קאָד 373+

ווערנט דער מיטל אלטער, רוב פון דער היינטיגער טעריטאריע פון מאלדאווע איז געווען א טייל פון דער פרינציפאליטעט פון מאלדאוויע. אין 1812, האט די רוסלענדישע אימפעריע אנעקסירט דעם מזרח טייל פון דער פרינציפאליטעט און געגעבן א נאמען בעסאראביע. צווישן 1856 אין 1878, האט מען צוריקגעגעבן דעם דרום טייל צו מאלדאוויע. אין 1859 איז זי געווארן פאראייניגט מיט וואלאכיע צו פארמירן די מאדערנע רומעניע.

מאלדאווע איז געווארן א מיטגליד פון די פאראייניגטע פעלקער אין מערץ 1992.

געאגראפיע

רעדאַקטירן

מאלדאווע ליגט כמעט אינגאנצן צווישן צוויי טייכן, דער נעסטער און דער פרוט.

די הויפט שטעט אין מאלדאווע זענען קעשענעוו, טיראספאל און באלטי.

דעמאגראפיע

רעדאַקטירן

לויטן צענזוס פון 2004, זענען 75.8% פון די באפעלקערונג מאלדאוואנער (2,564,849) און 8.3% (282,406) אוקראינישע. יידן זענען געווען 3608. דער צענזוס האט נישט איינגעשפארט די טעריטאריע פון טראנסניסטריע.