די ערשטע נאכט פֿון פסח (אין ארץ ישראל), די ערשטע צוויי נעכט פֿון פסח (אין חוץ לארץ, ווו מ'האלט צוויי טעג יום טוב), פראוועט מען אין יעדן יידישן שטוב א סדר. ביים סדר ליינט מען די הגדה און מען איז מקיים די אלע מצוות און מנהגים וואס געהערן דערצו. ווי אויך איז א טייל פֿונ'ם סדר א יום-טוב'דיקע סעודה.

אויפן בילד קען מען זעהן: א הגדה עס איז אפען ביי הא לחמא עניא. אן אנגעפילטן כוס. א מצה טאש מיט די מצות אויפגעדעקט. די מה נשתנה לעכט, זיי האבן רויטע איך גלייך ווייסע.

וויבאלד פסח איז א יום טוב בעיקר אלס אנדעקעניש צו יציאת מצרים, זענען אסאך מנהגים אלס אנדעקעניש צו פֿרייהייט.

כאטש געוויינטליך דאווענט מען אין שול, אבער דעם סדר פֿירט אן יעדער איינער בײַ זיך אין שטוב צוזאמען מיט זײַן משפחה. ס'איז אן אלטער מנהג אײַנצולײַדן געסט אויפֿ'ן סדר,איבערהויפט ווען מען קען האבן אן ארעמאן אדער אן עלענדען מענטש בײַם טיש וואס האט נישט די מעגליכקייט צו פֿירן א געהעריקן סדר פֿאר זיך.

סדררעדאַקטירן

  • עס ווערט אנגערופען סדר צוליב דעם וואס אלעס איז אויסגעשטעלט אין א סדר פונקטלעך וואס מען זאל טאן. ווי למשל טאן אלע מצוׁת פון דער נאכט, עסן א סעודה, און אזוי ווייטער.

מצוות און מנהגים פון דער נאכטרעדאַקטירן

ביים סדר זענען דא פינף מצוות:

  • עסן מצה—מדאורייתא
  • דערציילן די מעשה פון יציאת מצרים—מדאורייתא
  • טרינקען די פיר כוסות—מדרבנן
  • עסן מרור—מדרבנן
  • זאגן הלל—מדרבנן

ווען ס'איז געשטאנען דער בית המקדש האט מען געהאט נאך צוויי מצוות מדאורייתא: עסן דעם קרבן פסח און עסן מרור.

קיטלרעדאַקטירן

  • מען פירט זיך אנצוטאן א קיטל פסח צום סדר. דער עיקר טעם איז כדי אויסצוקוקן ווי א מלאך.
  • דאס איז א מנהג.

שנעל מאכן קידושרעדאַקטירן

  • מען פירט זיך צו מאכן קידוש, גלייך ווען מען קומט אהיים פון שול כדי די קינדער זאלן נישט ווערן מיד און איינשלאפן.
  • דאס איז א מנהג.

קערהרעדאַקטירן

 
אויפן בילד זעט מען א קערה מיט די סימנים.
  • מען פירט זיך אויסצושטעלן אלע מאכלים און סימנים פון די סדר (אחוץ דער סעודה) אויף א קערה.
  • דאס איז א מנהג.

סימניםרעדאַקטירן

קידושרעדאַקטירן

  • אזוי ווי אלע ימים טובים דארף מען פסח אויפדערנאכט אויך מאכן קידוש אויף א כוס וויין. דער כוס פון קידוש ווערט גערעכנט פאר איינער פון די פיר כוסות.
  • דאס איז א מצוה.

פיר כוסותרעדאַקטירן

  • מען טרינקט פיר כוסות וויין אלס א סימן פאר פרייהייט.
  • דאס איז א מצוה.

מה נשתנהרעדאַקטירן

דערציילן די ניסים פון יציאת מצרים/הגדהרעדאַקטירן

  • מען דארף דערציילן די ניסים וואס איז געשען צו די אידן ווען זיי זענען ארויס פון מצרים.
  • דאס איז א מצוה. און איינע פון די עיקר מצות פון די נאכט, אויב מען טוט דאס נישט האט מען נישט יוצא געווען די ענין פון די סדר.

עסן מצהרעדאַקטירן

  • מען דארף עסן כאטש א שטיקעל מצה אזוי גרויס ווי א כזית.
  • דאס איז א מצוה.

עסן מרוררעדאַקטירן

  • מען דארף עסן מרור אלס אנדענקעניש צו די ביטערקייט.
  • דאס איז א מצוה.

עסן כורךרעדאַקטירן

עסן אפגעקאכטע אייעררעדאַקטירן

  • מען עסט הארטע אייער.
  • דאס איז א מנהג.

עסן א סעודהרעדאַקטירן

  • מען עסט א געהעריגע יום טוב סעודה. אסאך פירן זיך נישט צו עסן צופיל כדי דער אפיקומן זאל נאך האבן פלאץ.
  • דאס איז א מצוה.


עסן אפיקומןרעדאַקטירן

ברכת המזוןרעדאַקטירן

זאגן הללרעדאַקטירן

סימני הסדררעדאַקטירן

  • עס זענען דא 15 סימנים פאר'ן סדר פון דער נאכט, געווענליך זאגן עס די קינדער:

קַדֵׁשרעדאַקטירן

קדש - ווען דער טאטע קומט אהיים פון שול טוט ער זיך אן די קיטל און מאכט שנעל קידוש כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן.

וּרחַץרעדאַקטירן

ורחץ - מען וואשט זיך די הענט און מען מאכט נישט די ברכה על נטילת ידים.

כּרפַּסרעדאַקטירן

כרפס - מען נעמט א שטיקל גרינצייג ווייניגער ווי א כזית מען טינקט דאס איין און זאלץ וואסער מען מאכט א ברכה בורא פרי האדמה און מען האט אינזין צו פטרן די מרור.

יַחַץרעדאַקטירן

יחץ - מען צעטיילט די מיטעלסטע מצה וואס הייסט לוי, די גרעסערע העלפט לייגט מען אוועק פאר אפיקומן און די קלענערע העלפט לייגט מען צוריק צווישן די מצות.

מַגיִדרעדאַקטירן

  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – הגדה של פסח

מגיד - מען הייבט אויף די דריי מצות און מען זאגט די הגדה פון הא לחמא עניא ביז גאל ישראל.

רָחצָהרעדאַקטירן

רחצה - מען וואשט זיך די הענט און מען מאכט יא די ברכה על נטילת ידים.

מוׁציִארעדאַקטירן

מוציא - מען הייבט אויף אלע דריי מצות און מען מאכט א ברכה המוציא לחם מן הארץ.

מַצָהרעדאַקטירן

מען לאזט אויס די אינטערשטע מצה און מען מאכט א ברכה על אכילת מצה, און מען עסט עס אנגעלאנטערהייט.

מַרוׁררעדאַקטירן

מרור - מען עסט א כזית מרור, מיט דער ברכה "על אכילת מרור", אבער מען מאכט נישט קיין ברכה "בורא פרי האדמה".

כּוׁרֵךרעדאַקטירן

כורך - מען נעמט א שטיקעל מרור און מען וויקעלט דאס איין צעווישען צוויי שטיקלעך מצה מען זאגט זכר למקדש כהלל און מען עסט עס אנגעלאנט.

שׁלחָן עֹרֵךרעדאַקטירן

שלחן ערך - מען גרייט אן א סעודה לכבוד יום טוב און מען לאזט זיך וויאל גיין, מען פירט זיך צו עסן אייער.

צָפוׁןרעדאַקטירן

צפון - מען נעמט די באהאלטענע אפיקומן און מען עסט דאס.

בֵּרַךרעדאַקטירן

ברך - מען גיסט אן דעם דריטן כוס און מען בענטשט.

הַלֵלרעדאַקטירן

הלל - מען גיסט אן דעם פערדן כוס און מען זאגט הלל.

נִרצָהרעדאַקטירן

נרצה - ווער עס האט געטאן די אלע זאכן איז באוויליגט פארן אויבירשטען.

פסח לידעררעדאַקטירן

עס זענען דא אסאך באקאנטע פסח לידער, פאלגענד איז א טיילווייזע ליסטע:

מה נשתנהרעדאַקטירן

  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – מה נשתנה


והיא שעמדהרעדאַקטירן

דיינורעדאַקטירן

פיוטיםרעדאַקטירן

די אשכנזים זינגען עטלעכע פיוטים ביים סוף פונעם סדר:

  • ויהי בחצי הלילה (פון די קרובות פון שבת הגדול)
  • ואמרתם זבח פסח (פון די קרובות פון צווייטן טאג פסח)

אחד מי יודערעדאַקטירן

  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – אחד מי יודע

אדיר במלוכהרעדאַקטירן

חד גדיארעדאַקטירן

  זעט דעם הויפּט אַרטיקל – חד גדיא


שיר השיריםרעדאַקטירן

ווען מען ענדיגט דעם סדר דארף מען עוסק זיין אין דעם ענין פון יציאת מצרים. אסאך האבן דעם מנהג צו ליינען דעם ספר שיר השירים.

וועבלינקעןרעדאַקטירן

אזהרה: מען פסק'נט נישט קיין הלכה פון וויקיפעדיע.