יצחק שמיר
יצחק שמיר-יעזערניצקי (22סטן אקטאבער 1915, י"ד חשוון ה'תרע"ו – 30סטן יוני 2012, י' תמוז ה'תשע"ב) איז געווען פרעמיער מיניסטער פון ישראל, א קעמפער אין די לח"י, און א הויכראנגיקער מוסד אגענט.
געבורט |
22 אקטאבער 1915 ראזשינאי, Q570767 | ||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|
טויט |
30 יוני 2012 (אלט 96) הרצליה, ישראל | ||||||
מדינה | ישראל | ||||||
קבורה ארט | חלקת גדולי האומה, הר הרצל | ||||||
לערנארט | ווארשע-אוניווערסיטעט | ||||||
באשעפטיגונג | פאליטיקער, דיפלאמאט | ||||||
ווייב | שולמית שמיר | ||||||
| |||||||
| |||||||
חתימה | |||||||
יונגע יארן
רעדאַקטירןשמיר איז געבוירן אין פוילן, דעם 15טן אקטאבער 1915, מיטן נאמען יצחק יאזרניצקי. ער האט געלערנט אין פאלקסשולע, און דערנאך האט ער שטודירט געזעץ אין ווארשעעווער אוניווערסיטעט, ער האט אבער נישט פארענדיקט זיינע שטודירן.
זיינע יארן אין ארץ ישראל
רעדאַקטירןאין 1934 איז שמיר געקומען קיין פאלעסטינע, ער איז פון פריער, געווען א מיטגליד אין דער בית"ר ציוניסטישע ארגאניזאציע, און ווען ער איז געקומען קיין ארץ ישראל, איז ער געגאנגען שטודירן, אין דעם העברעישן אוניווערסיטעט אין ירושלים, עטליכע יאר דערויף האט ער זיך אנגעשלאסן אין די אצ"ל, און ער האט אויפגעהערט צו לערנען, זיין פאמיליע איז פארבליבן אין פוילן, און זיי זענען אומגעקומען דורך די נאציס.
די צווייטע וועלט מלחמה
רעדאַקטירןאין 1940, איז שמיר ארויס פונעם אצ"ל, און צוזאמען מיט אנדערע, געגרינדעט די לח"י, דאס איז געשען, נאכדעם וואס די אצ"ל האט דערקלערט, א פייער אפשטעל קעגן דעם בריטישן מאנדאט. ער איז עטליכע מאל געכאפט געווארן דורך די פאליציי, אבער ער האט באוויזן צו אנטלויפן עטליכע מאל, נאכדעם וואס אברהם שטערן איז ערמארדעט געווארן, האט די לח"י געארבעט ווי א ראט, יצחק שמיר, נתן ילין מור און ישראל אלדד.
ער איז געווען פאראנטווארטליך אויפן מארד פון לארד מוין, און אויף די אטענטאט פרווו, אויף העראלד מעקמייקל, דער בריטישער פירער אין פאלעסטינע, אויפן מארד פון פאלקע בערנאדאט, א שוועדישער דיפלאמאט אין די פאראייניגטע פעלקער, זיינע אקטיוויטעטן האבן געברענגט צו דעם, אז ביז היינט איז ער א "'פערסאנא נאן גראטא"' אין ענגלאנד.
לעבן אין מדינת ישראל
רעדאַקטירןאין די יארן נאך דער גרינדונג פון ישראל, האט ער געארבעט אין פארשידענע פאבריקן, ביז איסר הראל, דער הויפט פון דעם מוסד, האט אים מאביליזירט צו דעם מוסד, פאר צען יאר האט געארבעט אין די שפיאנאזש אגענטור, און אין 1965, איז צוריק געגאנגען ארבעטן אלס ביזנעסמאן.
זיין פאליטישע לעבן
רעדאַקטירןאין 1969, איז ער געווארן א מיטגליד אין דער חרות פארטיי, דער פאטער פון דער היינטיגע ליכוד פארטיי, אין 1973 איז ער געווארן א כנסת מיטגליד, און ער איז געווארן פארזיצער פון דער פארטיי, א פאסטן וואס ער האט אנגעהאלטן פאר לאנגע יארן, אין 1979 איז ער געווארן אויסערן מיניסטער, ביז ווען מנחם בעגין האט רעזיגנירט, זייענדיג איינער וואס גלייבט אין א גאנצע ארץ ישראל, האט ער זיך קעגנגעשטעלט די שלום אפמאך מיט עגיפטן, זייענדיג אויסערן מיניסטער ביי די ערשטע לבנון מלחמה, האט ער געוויסט וואס עס איז געשען אין די סאברא און שאטילא, פליטים לאגערן אין לבנון, אבער וויבאלד ער האט נישט געהאט, מיט די מלחמה צו טון, איז ער ריינגעוואשן געווארן פון די שמגר קאמיסיע.
אלס פרעמיער
רעדאַקטירןמנחם בעגין האט רעזיגנירט, אינמיטן דער מלחמה, און שמיר האט איבערגענומען א לאנד, וואס איר לאגע איז געווען טיף אין דער ערד, אינמיטן א קריג, אן אינפלאצע וואס איז געווען די העכסטע וואס ישראל האט נאר אמאל געוויסט, די וואלן האבן זיך דערנענטערט, און סקאנדאלן זענען ארויף אויפן שטח, ביי די וואלן פון 1984, איז שמעון פערעס געלאפן פון די מערך פארטיי, ער האט כמעט געווינען קעגן שמיר, ער האט אבער נישט געקענט אויפשטעלן א קאאליציע, האט דער פרעזידענט, חיים הערצאג, געמאכט א ראטאציע, ווי א פאראייניגטע רעגירונג, שמעון פערעס צוויי יאר פרעמיער, און שמיר צוויי יאר, און זיי וועלן זיין אויסערן מיניסטארן, אין די צייט וואס זיי זענען נישט אויפן בענקל.
די ערשטע אינטיפאדע
רעדאַקטירןדי אינטיפאדע האט אויסגעבראכן אין זיין צייט, ווען ער איז געווען פרעמיער, ער האט אונטער גענומען א שטייפע פויסט קעגן די פאלעסטינער, ביי די וואלן 1988, איז די ליכוד אריינגעקומען שטארק, אבער דאך האט ער געמאכט א פאראיינגטע רעגירונג, פערעס אלץ פינאנץ מיניסטער.
פערעס האט פרובירט אראפצו ווארפן שמיר, דורך א זאך וואס איז באוויסט אלס דער שמוציגע פרווו, עס האט זיך אים נישט איינגעגעבן, און שמיר איז פארבליבן אויפן בענקל.
דער איינגאס קריג
רעדאַקטירןווען סאדאם כוסיין האט אטאקירט קואווייט, איז די פאראייניגטע שטאטן, ארויס אין א קריג קעגן איראק, מיט נאך אסאך אנדערע לענדער, איראק האט געשאסן אויף ישראל 39 סקאד מיסילן, די מיסילן האבן אנגעזייט א חורבן, און אסאך שאדן, שמיר האט זיך איינגעהאלטן, און געלאזט די אמעריקאנער קאאליציע פירן די קריג.
נאך דער מלחמה האט דער אמעריקאנער פרעזידענט דזשארזש ה. וו. בוש, אנגעפאנגען לייגן גרויס דרוק אויף שמיר, צו קומען צו דער שלום קאנפערענץ, אין מאדריד, ער האט זיך שטארק קעגנגעשטעלט די קאנפערענץ.
אין 1992, האבן עטליכע פארטייען פון דער קאאליציע, ארויסגעטרעטן פון דער רעגירונג, מיט דער טענה פון קארופציע, די וואלן זענען געפעדערט געווארן, און יצחק רבין פון דער עבודה פארטיי האט געווינען, שמיר האט רעזיגנירט, פון דער פארזיצערשאפט פון די ליכוד.
ער איז צוריק צום ציווילן לעבן. זיינע לעצטע יארן איז ער געווען אין א מושב זקנים. ער איז נפטר געווארן שבת י' תמוז תשע"ב (30סטן יוני 2012).
משפחה
רעדאַקטירןער מיט זיין ווייב שרה שולמית (לוי), האבן צוויי קינדער, יאיר און גלעדה.
פרעמיער מיניסטארן פון ישראל | |||
---|---|---|---|
|
יצחק גרינבוים • חיים משה שפירא • ישראל רוקח • ישראל בר-יהודה • גאלדע מאיר • יוסף בורג • שלמה הלל • יוסף בורג • שמעון פרס • יצחק חיים פרץ • יצחק שמיר • אריה דרעי • יצחק ראבין • עוזי ברעם • דוד ליבאי • אהוד ברק • חיים רמון • אליהו סויסה • נתן שאראנסקי • אלי ישי • אריאל שרון • אברהם פורז • אופיר פינס-פז • רוני בר-און • מאיר שטרית • גדעון סער • גלעד ערדאן • סילוואן שלום • אריה דרעי • איילת שקד | |