משה שרת

אויסערן מיניסטער פון ארץ ישראל

משה שרת (שערטאק) (15טן אקטאבער 1894 - 7טן יולי 1965) איז געווען אויסערן מיניסטער פון ישראל, פון 1948, ביז ווען דוד בן-גוריון, האט רעזיגנירט פון דער פרעמיערשאפט.

משה שרת
משה שרתוק‬
געבורט 16 אקטאבער 1894
רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 7 יולי 1965 (אלט 70)
ירושלים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל
קבורה ארט טרומפלדאר בית החיים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט לאנדאנער שולע פון עקאנאמיק
פארטיי מפא"י רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
ווייב ציפורה שרת
2טער פרעמיער מיניסטער פון ישראל
26 יאנואר 19543 נאוועמבער 1955
(1 יאָר)
אונטער פרעזידענט יצחק בן-צבי
1טער אויסערן מיניסטער
14 מאי 194819 יוני 1956
(8 יאָרן)
כנסת דעפוטאט
14 פעברואר 19497 יולי 1965
(16 יאָרן)
חתימה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ער איז געווען דער צווייטער פרעמיער מיניסטער, פון 1954 ביז 1955, ווען די פרשה פון פנחס לבון איז באוואוסט געווארן. דעמאלט איז ער געצווינגען געווען אפטרעטן פון אמט, און בן-גוריון איז צוריק געקומען צו דער מאכט.

דער באנקנאט פון צוואנציק נייע שקל האט אמאל געהאט זיין בילד.

לעבנגעשיכטע

רעדאַקטירן

ער איז געבוירן דעם 15טן אקטאבער 1894, אין דער שטאט כערסאן אין אוקראינע, צו זיין פאטער יעקב שערטאק און פניה לעוו. אין יאר 1906 איז ער געקומען מיט זיין פאמיליע קיין ארץ ישראל, וואו זיי האבן געוווינט אין אן אראביש דארף, צפון פון ראמאללא, און אין יפו, וואו ער האט זיך אויסגעלערנט אראביש, פאר דעם ערשטן וועלט קריג, האט ער געלערנט געזעץ אין אוניווערסיטעט אין סטאמבול, און ביי דער מלחמה איז ער געווען א זעלנער אין דער טערקישער ארמיי.

נאך דער קריג האט ער אטייל גענומען אינעם פאליטיק, און ער האט געלערנט עקאנאמיק אין לאנדאן, אין 1931, איז ער געווארן פארטרעטער פון חיים ארלאזאראוו, און ווען ארלאזאראוו איז אומגעברענגט געווארן, האט ער פארנומען זיין ארט, אלס הויפט פון לאנדס אפטיילונג פון דער יידישער אגענטור, וואס איז געווען דער אויסערן פאליטיק פונעם ישוב אין ארץ ישראל.

ביי דער דעקלעראציע פון ישראל איז ער געווארן אויסערן מיניסטער, אינעם איבערגאנגס רעגירונג ביז צו די וואלן, און אויך נאכדעם ביז ווען ער איז געווארן פרעמיער, און נאכדעם איז ער צוריק געווארן אויסערן מיניסטער ווען ער האט אפגעטרעטן פון בענקל.

אין 1956, ביי דער סיני מלחמה, האט ער געשטימט קעגן דעם קריג, און דערפאר האט מען אים אויפגעזאגט פון אמט, און איז געבליבן פון בן-גוריונ'ס געשוווירענע פיינט.

ער איז נפטר געווארן אין יאר 1965, און ער איז באגראבן אין טרומפעלדאר בית עלמין אין תל אביב.

ער מיט זיין ווייב צפורה מאיראוו האבן געהאט דריי קינדער, יעקב שרת, יעל מדיני, און חיים שרת.

 
צפורה ווייב משה 1918
 
ציפורה שרת מיט משה שרת רמת גן, 1953
 
משה שרת מיט זיין ווייב ציפורה שרת און זייערע קינדער, 1946


פרעמיער מיניסטארן פון ישראל
בן-גוריון (1948-1954)שרת (1954-1955)בן-גוריון (1955-1963)אשכול (1963-1969)אלון (פֿאַקטיש, 1969)מאיר (1969-1974)ראבין (1974-1977)בעגין (1977-1983)שמיר (1983-1984)פרס (1984-1986)שמיר (1986-1992)ראבין (1992-1995)פרס (1995-1996)נתניהו (1996-1999)ברק (1999-2001)שרון (2001-2006)אלמערט (2006-2009)נתניהו (2009-2021)בענעט (2021-2022)לאפיד (2022)נתניהו (2022-)