אריה מאכלוף דֶרעי (געבוירן דעם 17טן פעברואר 1959, ט' אדר א' ה'תשי"ט) איז דער פירער פון דער ש"ס פארטיי אין ישראל און דינט ווי דער אינערן מיניסטער און מיניסטער פאר אנטוויקלען די פעריפֿעריע.

אריה דרעי
אריה דרעי, מאי 2018
געבורט 17 פעברואר 1959 (אלט 65)
ט' אדר א' תשי"ט
מעקנעס, מאראקא רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פולער נאמען אריה מאכלוף דרעי
מדינה ישראל
תאריך עלייה 1968
לערנארט חברונער ישיבה, פורת יוסף רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באשעפטיגונג פאליטיקער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פארטיי ש"ס
ווייב יפה אפית כהן
אונטער-פרעמיער מיניסטער
אין דער 37סטער רעגירונג
29 דעצעמבער 2022 – אמטירט
(2 יאָרן)
אונטער פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו
11טער אינערן מיניסטער
22 דעצעמבער 198811 מאי 1993
(4 יאָרן)
7 יוני 199314 סעפטעמבער 1993
(100 טעג)
11 יאנואר 2016 – 13 יוני 2021
(5 יאָרן)
27טער מיניסטער פאר דער עקאנאמיע
14 מאי 20153 נאוועמבער 2015
(174 טעג)
6טער מיניסטער פאר אנטוויקלונג פון דער פעריפעריע
14 מאי 2015 – 13 יוני 2021
(6 יאָרן)
31טער געזונט מיניסטער
אין דער 37סטער רעגירונג
29 דעצעמבער 2022 – אמטירט
(2 יאָרן)
אונטער פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו
מיניסטער אן פארטאפעל
11 מאי 19937 יוני 1993
(28 טעג)
כנסת דעפוטאט
13 יולי 19927 יוני 1999
(6 יאָרן)
5 פעברואר 20131 יאנואר 2015
(1 יאָר)
31 מערץ 20152 נאוועמבער 2016
(1 יאָר)
30 אפריל 2019 – אמטירט
(5 יאָרן)
כנסות 1314, 19, 20, 2124
אנזיכטיקע אמטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

אריה דרעי איז געבוירן אין מעקנעס, מאראקא צו זיינע עלטערן אליהו און אסתר (עזאגי). ביי די 9 יאר איז די משפחה ארויפגעקומען קיין ישראל, געלערנט אין דער ספרדישער ישיבה, פורת יוסף, און אין דער חברונער ישיבה אין ירושלים. שוין אין זיינע פריערע יארן האט זיך שוין אנגעזען זיינע טאלאנטן ביים ווערן מנהל אין ישיבת לב בנים און זיין א ראטסמאן אין גוש עציון, און באקומען סמיכה אין ישיבה וואו ער האט געלערענט. זיינע ערטשע יארן אין פאליטיק האבן שוין געוויזן וואו ער גייט אנקומען.

ווען ער איז געווען דער אויפגייענדער שטערן פון ש"ס, די ספרדישע פארטיי, אין כנסת, זייענדיג אן ענגערישער כנסת דעפוטאט ביז מ'האט אויף אים ארויפגעלייגט צוויי באשולדיגן, וועגן נעמען שוחד און וועגן כשר'ן געלט פאר מוסדות. אזעלכע טענה'ן אז מדינת ישראל האט אים געוואלט זען אינדרויסן פון פובליק לעבן צוליב זיין ענגערישקייט, אנדערע טענה'ן אז ער האט אויסגעניצט זיינע רעכטן צו שטארק - וואס דאס האט צוגעברענגט ביז אים אריינשליידערן אין תפיסה.

ער קומט כמעט יעדן ראש השנה קיין אומאן צו זיין צווישן בראסלעווער חסידים. ער זאגט פאר יעדן אז ער האלט אז א דאנק דעם זכות פון רבי נחמן מברסלב איז ער ארויס פון תפיסה אן קיין שאדן.

זיין תפיסה און תפיסה מעשיהו. אין סעפטעמבער 2000 האָט דערי אָנגעהויבן דינען זיין אורטייל אין מעשיהו טורמע. ביים אריינגאנג צו דער תפיסה, איז אפגעהאלטן געווארן א מאסן ראלי מיט דער באטייליגונג פון צענדליגער טויזנטער, וואו אריה דרעי האָט אנטשולדיגט און אנטשולדיגט פאר הרב שך, ווייל ער האָט געוואלט פארגלייכן דעם קאָנפליקט און דעם רב'ס פלייסיקייט נאָך זיין אריינפיר אין דער יצחק ראַבין רעגירונג אין 1992, אין קעגנזאַץ צו הרב שך.

אריה מאכלוף דרעי און זיין פרוי יפה אפת (כהן) האָבן נייַן קינדער. זיין פרוי פירט די פאַרבאַנד "מפעלות שמחה".

אויפשטעלנדיג די ש"ס פארטיי

רעדאַקטירן

די ספרדים האבן זיך אפגעבריט פון דער באהאנדלונג פון די חרדישע אשכנזים צו זיי, האט מען זיך עקסטער גרופירט אין אויפגעשטעלט ש"ס "התאחדות הספרדים שומרי התורה" נאכן געווינען בענקלעך אין אסאך שטימען פאר די בירגערמייסטער ווי ירושלים און ניצחונות איבער אנדערע שטעט, האט דאס ערשטע מאל ש"ס צוגעלייגט זייער רשימה צום 11טן כנסת אין 1984, ווען דאס איז אונטער געשטיצט פון די תורה'דיגער פירער פון ש"ס און די ספרדים הרב עובדיה יוסף, און פון דעם ליטווישן גדול הרב שך,

אין א איבערראשנדן זיג האט ש"ס געווינען 4 בענקלעך אין כנסת ווען דער ערשטער אין דער רשימה איז הרב יצחק חיים פרץ אין איז געווארן אינערן מיניסטער, און דאס אלעס איז אדאנק די פלייסיקייט פון אריה דרעי ארומצוגיין אויפקלערן און איבעררעדן די ספרדים פאר ש"ס, און זייענדיג דער מזכ"ל פון ש"ס פארטיי.

דרעי ווערט א הויכער פאליטישער ראטגעבער אין די אינערן מיניסטעריום.

אין 1986 איז דרעי באשטימט געווארן פאר מנכ"ל פון אינערן מיניסטעריום (משרד הפנים) אלט זייענדיג א קנאפע 27 יאר אלט.


אין 1988, ביי די וואלן צום 12טן כנסת, באקומט ש"ס 6 מאנדאטן, אריה דרעי לייגט א האנט אויפ'ן אינער'ן מיניסטעריום און ווערט אינערן מיניסטער (שר הפנים)


אין 1990 האט זשעימס בייקער געברענגט די הצעה פון א משא ומתן מיט די פאלעסטינער האט זיך די כנסת אויפגעשאקעלט (די פרשה רופט מען התרגיל המסריח (דאס פארשטינקענע שטיקל)): שמעון פרס האט געוואלט אז מ'זאל אננעמען די הצעה אבער שמיר האט נישט געוואלט, שמעון פרס מיט אריה דרעי זענען געקומען צו א פארשטענדעניש - מיט אונטער'ן טיש באציעונגען - אונטערצוווארפן די קאאליציע, ווען שמיר האט געהערט דערפון האט ער גלייך אפגעזאגט שמעון פרס פון דער קאאליציע, און צוליב אויפברויז פון דער מערך פארטיי, אויף אפזאגן זענען מיטגעגאנגען אלע איבעריגע מיניסטארן און די קאאליציע איז צופאלען נאכדעם דורכ'ן אי אמון פארשלאג.

שמעון פרס פאלט דורך צוויי מאל צוזאמצושטעלן א קאאליציע און שמיר נעמט צוריק איבער די לייצעס, און דעמאלטס זענען די חרדישע פארטייען געשטארקט געווארן, איו דער זעלבער צייט ווען דער כאריזמאטישער יונגער אריה דרעי בלייבט אינערן מיניסטער (שר הפנים), און ווערט א אומאפגעטיילטער חלק און דאמינירטער כוח אין שפילער אין כנסת, און אין פאליטיק בכלל.

דעצעמבער 2014 האט אלי ישי אויפגעשטעלט די "יחד" פארטיי, וואס האט נישט געדאנזשעט אריבערגיין דעם שוועל. ביי די כנסת וואלן 2015 אבער האט גענומען א סך שטימען פון ש"ס, וואס איז געבליבן מיט 7 מאנדאטן.

זעט אויך

רעדאַקטירן