סילוואן שלום

ישראלישער פאליטיקער

סילוואַן שלום (אַראַביש: سيلفان شالوم; געבוירן דעם 4טן אויגוסט 1958) איז א ישראלישער פאליטיקער. ער האט געדינט ווי ווייצע פרעמיער מיניסטער, א מיניסטער אין דער ישראל רעגירונג און א כנסת דעפוטאט פון דער ליכוד פארטיי. שלום איז אַן אַדוואָקאַט. אין דעצעמבער 2015 האט ער פארלאזט דאס פּאָליטישע לעבן.

סילוואן שלום
סילבן שלום
סילוואַן שלום ביי אַ וויזיט צו די פאראייניגטע שטאטן
געבורט 4 אויגוסט 1958 (אלט 66)
גאבעס, טוניסיע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל
לערנארט תל אביבער אוניווערסיטעט, בן גוריון אוניווערסיטעט פונעם נגב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באשעפטיגונג דיפלאמאט, פאליטיקער, עקאנאמיסט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פארטיי ליכוד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
ווייב ג'ודי שלום ניר מוזס
www.silvan-shalom.co.il
9טער מיניסטער פון וויסנשאפט און טעכנאלאגיע
13 יולי 19986 יולי 1999
(359 טעג)
אונטער פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו
19טער פינאנץ מיניסטער (און וויצע פרעמיער מיניסטער)
7 מערץ 200128 פעברואר 2003
(2 יאָרן)
אונטער פרעמיער מיניסטער אריאל שרון
15טער אויסערן מיניסטער (און וויצע פרעמיער מיניסטער)
28 פעברואר 200315 יאנואר 2006
(2 יאָרן)
אונטער פרעמיער מיניסטער אריאל שרון
7טער השר לפיתוח הנגב והגליל
31 מערץ 200914 מאי 2015
(6 יאָרן)
אונטער פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו
6טער מיניסטער פאר שיתוף פעולה אזורי
31 מערץ 200914 מאי 2015
(6 יאָרן)
אונטער פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו
21טער מיניסטער פאר נאציאנאלער אינפראסטרוקטור, ענערגיע און וואסער
18 מערץ 201314 מאי 2015
(2 יאָרן)
אונטער פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו
22טער אינערן מיניסטער
14 מאי 201527 דעצעמבער 2015
(228 טעג)
אונטער פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו
כנסת דעפוטאט
13 יולי 199227 דעצעמבער 2015
(23 יאָרן)
כנסות 13 - 20
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

שלום איז געבוירן ציון סילוואַן משה שלום‏[1] צו שמעון און מרים שלום אין גאַבעס, טוניסיע. זיי האבן אימיגרירט אין ישראל אין 1959 און האָבן געוואוינט אין באר שבע. זיין פאָטער איז אומגעקומען אין עלטער פון 37 יאָר בעת אַ רויבעריי אין א באנק צווײַג אין באר שבע.‏[2] אין אָנדענק פון זיין פאָטער, איז געגרינדעט געווארן אַ שול אין קוואַרטאַל ה׳ אין דער שטאָט. נאָך זײן מיליטערישער דינסט האָט ער שטודירט אין בן-גוריון אוניווערסיטעט פונעם נגב און האָט באַקומען אן ערשטן דיפּלאָם אין עקאָנאָמיק און צערטיפֿיקאַציע ווי אַן אַקאַנטאַנט . דערנאָך האָט ער געלערנט אין דעם תל אביבער אוניווערסיטעט, וואו ער האָט באַקומען אן ערשטן דיפּלאָם אין געזעצן און האט זיך קוואליפיזירט אלס אדוואקאט; אויך האָט ער א מייסטער-דיפלאם אין פובליקער פּאָליטיק.

כנסת דעפוטאט און מיניסטער אין די 1990ער יארן

רעדאַקטירן

אין 1992, איז שלום געווארן געוויילט צום 13טן כנסת פאר דער ליכוד, און אין 1997 ער איז געווארן באשטימט וויצע פארטיידיקונגס־מיניסטער. אין יענער תקופה האט ער געפועל׳ט צו גרינדן דעם נחל חרדי רעגימענט.

אין 1998 איז ער באשטימט געווארן מיניסטער פון וויסנשאפט און טעכנאלאגיע אין דער נתניהו רעגירונג.

פֿינאנץ מיניסטער

רעדאַקטירן

שלום האָט געדינט ווי וויצע פרעמיער מיניסטער און פינאַנץ מיניסטער אין דער 29סטער ישראל רעגירונג, די ערשטע רעגירונג פון אריאל שרון (2001 - 2003).

אויסערן מיניסטער

רעדאַקטירן

שלום האט געדינט אלס וויצע פרעמיער מיניסטער און אויסערן מיניסטער אין דער צווייטער רעגירונג פון אריאל שרון (פון 2003).

אין 2003 האָט ער זיך באגעגנט מיטן קעניג פון מאראקא אין טעטואן, מיט דער האָפענונג צו נארמאליזירן די באַציאונגען צווישן ישראל און מאראקא.

זיין משפּחה

רעדאַקטירן

אין 1993 האָט ער חתונה געהאט מיט דזשודי שלום ניר מאָזעס, פון דער קאָנטראָלינגער משפּחה פון ידיעות אחרונות. דאס פּאָרפֿאלק האט דריי קינדער צוזאַמען, און צוויי פון א פריערדיקן זיווג פון ניר מאָזעס. די משפּחה האָט געוואוינט אין רמת גן. אין אויגוסט 2017, האבן זיי זיך אפגעשיידט.