גאלדע מאיר
גאָלדע מאיר (אדער גאלדע מאירסאָן) (3טן מיי 1898; י"א אייר ה'תרנ"ח אין קיעוו - 8טן דעצעמבער 1978; ט' כסלו ה'תשל"ט) איז געווען די פערטע פרעמיער מיניסטארין פון ישראל.
![]() | |
געדינט | |
---|---|
1969 – 1974 | |
פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל | |
פארפאלגער | לוי אשכול |
נאכפאלגער | יצחק רבין |
געבוירן | י"א אייר ה'תרנ"ח קיעוו |
געשטארבן | ט' כסלו ה'תשל"ט מדינת ישראל |
פאליטישע פארטיי | מפא"י, המערך הראשון, עבודה, המערך השני |
מאן/ווייב | מוריס מאירסון |
אידיאלאגיע | ציוניזם |
געבוירן אין אוקראינע אין 1898, זייענדיק גאר יונג, האט איר פאמיליע עמיגרירט קיין מילוואקי, אמעריקע.
ווען זי איז אלט געווען 23, איז זי געקומען וווינען קיין פאלעסטינע, אין קיבוץ מרחביה.
זי איז געווען א דיפלאמאט פוו דער יידישער אגענטור, איידער דעם זעלבסטשטענדיגקייט קריג, און געווען א ישראל דיפלאמאט אין רוסלאנד נאכדעם האט זי געדינט אלס מיניסטארין אין פארשידענע פאזיציעס. ווען לוי אשכול איז געשטארבן, האט מען זי אויסגעקליבן אלס פרעמיער, און ביי די נאציאנאלע וואלן האט זי געווינען. זי איז געווען פון 1969 ביז נאך דער יום כיפור מלחמה, און אין יאר 1974 האט זי רעזיגנירט.
זי האט פארארדענט די אפעראציע, אומצוברענגען די פאראנטווארטליכע, אין די ישראלדיקע ספארטלער אומקום ביי די מינכן אלימפיאדע, אין יאר 1972.
זי איז געווען באוואוסט אלס די באבע פון מדינת ישראל. זי איז געשטארבן אין 1978 אלט זייענדיק אכציק יאר, און דריי מאנאטן איידער זי איז געשטארבן, האט מנחם בעגין אונטער געשריבן דעם שלום אפמאך, צווישן ישראל און עגיפטן.
פון אירע באוואוסטע זאצן, נישטא א פאלק וואס הייסט פאלעסטינע פאלק, איך קאן נישט פארגעבן פאר די אראבער, פארן אונדז צווינגען מלחמה צו האלטן מיט זיי.
משפחהרעדאַקטירן
האבן צוויי זין, מנחם, און שרה.
פרעמיער מיניסטארן פון מדינת ישראל | |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
|