יואל לעבאוויטש

בדחן זינגער ובעל תפילה

יואל לעבאוויטש איז א באקאנטע קאמיקער, אקטיאר, זינגער, מאדעל, אין ניו יארק. ער איז דער יונגסטער קינד פונעם ניקלשבורגער רבי'ן (פון זיין ערשטער רעבעצין).

יואל לעבאוויטש
קיין פריי בילד
געבורט יולי 1979 (אלט 45)
פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך זינגער, אקטיאר רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

לעבאוויטש איז א אינגערמאן וואס גייט ארום משמח זיין מיט זיין ספעציעלן הומאר און מיט זינגען אלטע ײדישע לידער ביי שמחות און פארשידענע געלעגנהייטן. אויך פארט ער ארום צו צובראכענע אידן און קינדער.

לעבאוויטש קען מען הערן אױפטרעטן אויף דער בינע מיט די גרעסטע חסידישע מוזיקאלישע אין הומאריסטישע שטערן'עס, צװישן אנדערע מיטען "יארמער רב" יעקב מילער, ליפא שמעלצער, מרדכי בן דוד, אברהם פריד אין נאך.

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

לעבאוויטש איז געבוירן כ"ח תמוז תשל"ט צו רבי יוסף יחיאל מיכל לעבאוויטש ניקלשבורגער רבי'ן און זיין ברית איז ערשט פארגעקומען כ"ו אב אין מונקאטשע קעמפ וואו זיין טאטע איז דאן געווען מנהל. ער איז גערופן געווארן יואל, דער ערשטער נאך סאטמאר רב'ס פטירה. ער איז אויפגעצויגן געווארן אין וויליאמסבורג אין סאטמאר אלע זיינע יארן, און זיך אריבערגעצויגן קיין מאנסי נאך דער חתונה.

געלערנט האט ער אין לאנדאן ביי רבי מאיר שלעזינגער, היינט אין מאנסי, און ער איז מקושר מיט אים ביז היינט.

זיין בילד איז ערשינען אויפן הויפּט בלאַט פון דער אידישער אויסגאבע דער בליק, ווי אויך אין דער צײטונג המודיע און ידיעות אחרונות מיט אַ פולן אַרטיקל איבער זײנע װערק.

ער דרייט זיך אפט אין די בית המדרש אור חיים 18 פארשעי, די בית המדרש פון לואי שיינער.

ראש השנה דאווענט ער מוסף פארן עמוד אין דער גרויסער טאהשער בית המדרש אין אומאן וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך לואי שיינער, ער דאווענט זייער ווארעם און מענטשן האבן אים זייער ליב צו הערן.

יום כיפור דאווענט ער פארן עמוד אין בית המדרש היכל שלמה אין ירושלים.

לעבאוויטש האט שוין ארויסגעגעבן צוויי קאסעטעס אויפן סטיל פון הומאר, איינע - מיין געלע באס, די צווייטע - בונדאש, וואס איז צעכאפט געווארן צווישן דעם דארשטיגן ציבור אויפן נאטורליכע הומאר און קאמעדיע.

אויף דער צווייטער קאסעטע האט ער צוגענומען זיינע פריינד פון הומאר און קאמעדיע, מנשה לוסטיג און וועלוול גאלדשטיין (דער "כאצאצקע רבי"), וואס זענען היינט אין דער חרדישער וועלט באקאנטע פיגורן אינעם באנייעטן הומאר, אויפן היימישן שטייגער.

אידישע שפילן

רעדאַקטירן

לעבאוויטש האט געשפילט שמש הקהל און בעל קורא אויף דער אידישער שפיל המלאך הגואל דירעקטירט דורך לעבאוויטש'ס בריודער.

וועבלינקען

רעדאַקטירן