יוסף יחיאל מיכל לעבאוויטש

אדמו"ר מניקלשבורג

הר"ר יוסף יחיאל מיכל לעבאוויטש איז דער ניקאלשבורגער רבי פון מאנסי, באקאנט מיט זיינע פייערדיגע שלוש סעודות תורות.

יוסף יחיאל מיכל לעבאוויטש
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
ניקאלשבורגער רבי
אין ירושלים
ברכת אילנות חוהמפ"ס תשס"ג

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

הרב יוסף יחיאל מיכל לעבאוויטש איז א זון פון זיין פאטער רבי ברוך יהודה לעבאוויטש (תרס"ח - תשי"א), אן איידעם פון רבי שרגא שמואל שניצלער (תרמ"ט - כ"ז תשרי תש"ם), טשאבער רב אין ירושלים,[1] און זיין מוטער יענטל. ער איז געוועזן א תלמיד אין דער סאטמארער ישיבה. ער האט אנגעהויבן פירן א חבורה פון ערליכע בחורים ווי מען איז זיך צוזאמען געקומען יעדע שטיק צייט זיך מחזק צו זיין אין עבודת השם.[2]

במשך א צייט בעיקר נאכן רביה"ק מסאטמאר זי"ע הסתלקות האט מען אים אויפגענומען אלס רבי, און אזוי ווי ער איז אן אייניקל פונעם רבי'ן ר' שמעלקא פון ניקאלשבורג האט דאס חסידות באקומען דעם נאמען ניקאלשבורג.

ניקאלשבורג היינט

רעדאַקטירן

דאס ניקאלשבורגער חסידות איז היינט פלאצירט אין דער שטאט מאנסי ווי זיי האבן געבויעט א שיינעם בית המדרש.

דער ניקאלשבורגער רבי האט א נאמען פון א שטארקן צוגעלאזטן איד, מיט וועם מ'קען זיך דורך רעדן כל ערליי ענינים ברוחניות ובגשמיות, אסאך יידן קלאפן אן טעגלעך ביי אים אין שטוב צו הערן א עצה והדרכה, צו זאל עס זיין שלום בית, געזונט און פרנסה.

זיין געגנווארט איז געשמאק, ווייל ער האט אלע כשרונות וואס א איד קען זיך נאר ווינטשן, ער איז א הערליכער בעל תפילה, ווי אויך א געוואלדיגן כח הדרוש, און א שמועס מיט אים איז מחי' נפשות. ועל כולם זיין קרייז איז א חסידישער עולם, ער האט איבערגעדרוקט ספרים ווי נתיב מצוותיך מיט זיינע הגהות און עס איז דא הונדערטער כתבי ידות פון זיינע חידושים.

ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון אוהעלער רבי'ן און געצויגן קיין מאנסי.


רעפערענצן

רעדאַקטירן
 
מוצש"ק ביים טיילן קנאבל
 
בית המדרש ברכת יוסף ניקאלשבורג



וועבלינקען

רעדאַקטירן