דער ארטיקל איז פארגעשלאגן צו פאראייניקן מיט ליובאוויטש.
איר ווערט געבעטן אים פאַררעכטן
.


ליובאוויטש אין ווייסרוסלאנד (היינט בעלארוס), איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארטן האבן געוואוינט די רבנים און רבי'ס פון דער ליובאוויטשער דינאסטיע (א צווייג פון חב"ד), וואס ציעט זיך פון רבי שניאור זלמן מלאדי, באקאנט אלס דער אלטער רבי, דער בעל התניא.

רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, דער לעצטער ליובאוויטשער רבי

רבי'ס פון חב"ד-ליובאוויטש

רעדאַקטירן

רבי שניאור זלמן פון ליאדי (י"ח אלול ה'תק"ה - כ"ד טבת ה'תקע"ג), דער אלטער רבי, בעל התניא, דער גרינדער פון חב"ד חסידות.

ליובאוויטשער חסידות

רעדאַקטירן

חב"ד חסידות איז געגרינדעט געווארן אין דער רוסלענדישער אימפעריע דורך רבי שניאור זלמן מליאדי, דער פארפאסער פון ספר התניא, אנגערופן דורך די חב״ד חסידים "דער אלטער רבי". זיי לערנען תורת חסידות חב"ד וואס איז געשריבן און געזאגט געווארן דורכן בעל התניא און זיינע נאכפאלגער די אדמו"רים פון ליובאוויטש, קאפוסט א.ד.ג. זיי האבן שטארקע אמונה אין דעם אויבערשטן און אין א רבי׳ן, און קאכן זיך אין לערנען און מאכן וואס מער שיעורי תורה איבער דער גאנצער וועלט סיי שיעורים אין דעם טייל פון תורה וואס רופט זיך אן "נגלה דתורה" (דאס הייסט, תנ"ך און ש"ס, און דאס גלייך), און סיי שיעורים אין דעם אנדערן טייל "נסתר דתורה" (דאס הייסט, קבלה און חסידות), ספעציעל ווי עס ווערט ערקלערט אין דעם ספר תניא און אנדערע ספרים פון זייערע אדמו"רים.


ליובאוויטשער חסידות אין אמעריקע האט אסאך אייגנארטיגקייטן וואס טוט זיי אפטיילן פון דער אלגעמיינער חסידישער גאס. די הויפט ראלע איז דאס אז פון איין זייט זענען זיי גאנץ פיין איינגעגלידערט מיט דער אלגעמיינער באפעלקערונג, זייענדיג שטארק צושפרייט אין פילע פארשטיפטע שטעט, אויך זענען טייל פיל מער מאדערן פון סתם חסידים, קומענדיג פונעם קאמוניסטישן סאוועטן פאראיין ווי זייער אידישער לבוש און הלוך ילך איז געווען שטארק באגרעניצט. אבער פון דער אנדערער זייט פלאקערן זיי ווי פארצייטישע חסידים, אויך האלטן זיי זיך שטארק מיטן רעדן אידיש און אין די גרויסע קהילות זייערע, ווי אין קרוין הייטס און אין כפר חב"ד, לערנען נישט די קינדער אין חדר "לימודי חול" אויסער די וויכטיגסטע פעכער ווי ענגליש און מאטעמאטיק. די גרויסע תלמוד תורה אין קרוין הייטס איז די איינציגסטע חדר אין די פאראייניגטע שטאטן וואס לערנט בכלל נישט קיין ענגליש.

ווי אויך איז נישט דא ביי זיי קיין איסור זיך צו באנוצן מיט מאדערענע טעכניק, ווי אינטערנעט און ווידעא, פארשטייט זיך אויף גוטע צוועקן, כאטש וואס די אלגעמיינע חרדים האבן עס געאסרט. דאס איז וויבאלד איינע פון די יסודות אין חסידות חב"ד איז, אז איעדע זאך וואס מען קען נוצן אויף גוטס און אויף שלעכטס, איז אנשטאט עס דערווייטערן, זאל מען ענדערש מאכן דערפון א כלי פארן צד הקדושה. דערפאר נוצט מען אט די מאדערנע טעכניק אויף תורה'דיגע זאכן, הויפזעכליך צו פארשפרייטן אידישקייט און חסידות צו מענטשן וואס זענען נאך נישט קיין פרומע אידן.

פון דעם לעצטן רבי'ן זענען ארויס געגעבן געווארן מער פון 60 בענדער פון חידושי תורה אויף ש"ס, רמב"ם, שולחן ערוך און אין ענייני חסידות און קבלה, אויך 42 בענדער פון מכתבי תורה פון אים. דאס וואס מען האט שוין געדריקט ביז היינט איז בלויז א קליין פראצענט פון די אלע כתבים וואס איז געבליבן פון אים. כאטש וואס זינט ער האט אנגענומען די נשיאות און געווארן דער ליובאוויטשער רבי האט ער כמעט נישט פארלאזט זיין וואוינארט אין קרוין הייטס, דאך איז ער געווען שטארק באוואוסט אין דער גארער וועלט אלס א ריזיגער גאון און צדיק וועלכער האט מקרב געווען צענדליקע טויזנטער אידן צו אידישקייט.

ליובאוויטשער מנהגים

רעדאַקטירן
  • נישט שלאפן אין דער סוכה אין יו"ט סוכות, ווי דער מיטעלער רבי דער שווער פון צמח צדק האט זיך אויסגעדריקט אז 'ווי קען מען שלאפן אין אזא הייליגע סוכה אין "אורות מקיפין דבינה"'. די הנהגה איז אנגענומען אויך ביי געוויסע אנדערע חסידים ווי בעלזא און סטיטשין. דער לעצטער רבי האט מסביר געווען פארוואס דאס שטימט גענוי מיט דער הלכה, ווייל דער רמ"א שרייבט אין שולחן ערוך אז מען פירט זיך נישט צו שלאפן אין דער סוכה, וויבאלד עס דארף זיין "תשבו כעין תדורו" איז דער חיוב פון שלאפן אין סוכה נאר אויף איינער וואס פארמאגט א פריוואטע סוכה וואס די מאן און ווייב קענען ביידע דארט געהעריג שלאפן פונקט ווי א גאנץ יאר[1].
  • זיך נישט וואשן ביי שלוש סעודות, נאר יוצא זיין מיט מזונות, פירות, און דברי תורה. אויך דאס איז דער לעצטער ליובאוויטשער רבי מסביר ווי דאס שטימט מיט דער קלארער הלכה וואס איז גע'פסק'נט אין שולחן ערוך אז מען איז יוצא שלש סעודות מיט פירות און מזונות[2].

770 בית חיינו

רעדאַקטירן

ליובאוויטשער חסידות איז זינט ווען דער רבי ריי"ץ געקומען קיין אמעריקע הויפטקווארטירט אין 770 איסטערן פארקוועי, קרוין הייטס, וואס איז געווען רבי מנחם מענדל שניאורסאהןס שול. זיי רופן דעם אדרעס בית חיינו, ווייל פון דארטן זענען זיי יונק, און די מאדעלן ווערן געבויט איבעראל אין זייער צענטערן.

חב״ד שלוחים

רעדאַקטירן
 
טויזנטער פון די "חב"ד שלוחים" חב"ד אין א בילד לעבן דער צענטראלער ליובאוויטשער הויפטקווארטיר, די שול אויף 770 אין ברוקלין

א שליח איז א ליובאוויטשער חסיד וואס פארט ארויס צו וואוינען אין א פרעמדער שטאט, צו פארשפרייטן אידישקייט צווישן די איינוואוינערס. די שלוחים זענען געשיקט געווארן דורך דער ליובאוויטשער רבי. היינט צוטאגס איז פאראן ארום 4000 שלוחים אין די גאנצע וועלט, אין יעדער פארשטיפטע ווינקעל אין דער וועלט ווי עס געפונען זיך אידן.

צווישן די לענדער, זיינען די שלוחים אין רוסלאנד און די אמאליגע קאמונסיטישע לענדער זייער מפורסם, און אויך די שלוחים אין פראנקרייך, און ארץ-ישראל.

די שלוחים זענען זיך מוסר נפש אויף זייער ארבעט. איין מאל א יאר, שבת-מברכים ר"ח כסלו, קלייבן זיך צוזאמען אלע שלוחים פאר א "כינוס השלוחים", און ארום כ"ב שבט (די יאָרצייט פון די ליובאוויטשער רבי רעבעצין) - קלייבן זיך צוזאמען אלע שלוחות.

דער ליובאוויטשער בוים

רעדאַקטירן
    • רבי מנחם נחום שניאורסאהן (ה'תקמ"ט - ), פון ניעזין.
      • רבי שניאור שניאורסאהן, אן איידעם בז"ר פון צמח צדק.
        • מרת פרומא, די ווייב פון רבי בנימין צוקערמאן פון מאהליוו.
        • מרת חוה אסתר, די ווייב פון ר חיים ישעיהו בערלין פון ריגא.
        • מרת רבקה זלאטא, די ווייב פון ר משה אליעזר לוין.
        • רבי יהודה ליב שניאורסאהן, רב אין וויעליז.
        • מר ברוך שניאורסאהן פון וויטעבסק.
      • רבי לוי יצחק שניאורסאהן, פון ניעזין.
        • רבי מרדכי זלמן שניאורסאהן.
        • ר אהרן משה שניאורסאהן.
        • ר הערש ליב שניאורסאהן.
        • ר פנחס בער שניאורסאהן.
        • מרת אסתר ריזיל, די ווייב פון מר דוליצקי.
        • מרת שיינא, די ווייב פון מר פראדקין.
        • מרת מלכה שניאורסאהן
        • מרת רחל די ווייב פון רבי יהודה לייב הכהן ראפאפארט
      • מרת חנה חישא (חיקא), די ווייב בז"ש פון רבי ישראל נח שניאורסאהן, פון ניעזין
      • רבי מרדכי דוב טווערסקי-שניאורסאהן, פון טאמאשפייל
      • רבי משה זלמן טווערסקי, פון טשמישלה.
        • מרת שטערנא שיינדיל, די ווייב פון רבי שלמה יהודה ליבערזאן
        • מרת אסתר פייגא, די ווייב פון רבי אברהם קאצנעלבוגן ( - כ' אדר ב' ה'תש"ג), פון לוצק.
        • מרת רחל, די ווייב פון רבי ישראל ליב שפירא
        • מרת טריינע, די ווייב פון רבי יעקב מרגלית
    • רבי ברוך שמואל שניאורסאהן. אן איידעם פון רבי חיים אברהם שניאורסאהן, א זון פון בעל התניא.
      • רבי שניאור זלמן שניאורסאהן, באחמוט.
    • מרת ביילא, די ווייב פון רבי יקותיאל זלמן (וואלעס), אן אייניקל פון לוי יצחק פון בארדיטשוב, דער קדושת לוי.
      • רבי לוי יצחק זלמנסאהן, פון וועליז.
      • מרת קילא, די ווייב פון רבי דובער כהן.
        • רבי זלמן כהן.
        • מרת הינדא, די ווייב פון רבי אלטער דובער גורביץ.
        • מרת מרים , די ווייב פון ר מנחם מענדל שינקין.
      • מרת פריידא, די ווייב בז"ש פון רבי ישראל נח שניאורסאהן.
    • מרת ברכה, די ווייב פון רבי יונה פון זשיטאמיר.
  • רבי חיים אברהם שניאורסאן ( - ה'תר"ה).
    • רבי דובער שניאורסאן פון ליאדי.
      • רבי לוי יצחק שניאורסאן פון ליאדי.
      • רבי יהושע אבלי שניאורבאן פון ליעפלי.
      • מרת פריידא, די ווייב פון רבי לוי יצחק פון הומלא.
      • מרת צביא, די ווייב פון רבי משה יצחק פון וויטעבסק.
    • רבי ברוך שמואל שניאורסאן.
      • רבי זלמן שניאורסאן.
      • רבי לוי יצחק שניאורסאן.
      • רבי משולם זוסל שניאורסאן.
      • רבי רפאל מרדכי שניאורסאן.
      • מרת שרה פריידא, די ווייב פון רבי זלמן אורינשטיין פון האראדנא.
    • מרת גיטא רחל, די ווייב פון רבי נחמיה פון דאבראוונא דער דברי נחמיה.
    • מרת מוסיא הינדא, די ווייב פון רבי שניאור זלמן פיגלסון.
    • מרת ביילא רייזל, די ווייב פון רבי ברוך שמואל שניאורסאן, א זון פון מיטעלער רבי.
  • רבי משה (ה'תקמ"ד - ה'תרל"ח).
    • מרת שרה רבקה, די ווייב פון הרב נחום יוסף.
      • רבי שניאור זלמן שניאורסאן.
      • ר חיים צבי שניאורסאן.
      • רבי פנחס אליהו שניאורסאן.
    • מרת רחל, די ווייב פון הרב משה צבי פונדמינסקי.
      • רבי שניאור זלמן פונדמינסקי.
      • מרת מרים, די ווייב פון רבי שלמה סגל.
      • מרת דבורה ( - ד' טבת תרנ"ד) , די ווייב פון רבי שניאור זלמן שמערלינג.
      • מרת רבקה הינדא ( - ו' תשרי תרכ"ח) די ווייב פון רבי זלמן חיים ריבלין.
  • מרת פריידא, די ווייב פון רבי אליהו ב"ר מרדכי, זי ליגט אין האדיטש
    • רבי אהרן מקרימנצוק.
    • רבי ברוך, אן איידעם פון רבי בנימין קלעצקער.
      • די ווייב פון רבי יעקב שניאורסאן, א זון פון צמח צדק.
  • מרת דבורה לאה, די ווייב פון רבי שלום שכנא אלטשולער.
  • מרת רחל, די ווייב פון רבי אברהם שיינעס.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. לקוטי שיחות חלק כ"ט שיחה לחג הסוכות
  2. לקוטי שיחות חלק כ"א שיחה ב' לפרשת בשלח