אסתר יונגרייז
רעביצן אסתר יונגרייז (ה' אייר ה'תרצ"ו - י"ט אב ה'תשע"ו) איז געווען א בארימטע יידיש - אמעריקאנישער פערזענלעכקייט און א מלחמה איבערלעבער פון אונגארישן אפשטאם. זי איז איז געװען פרעזידענט פון דער ״הנני״ ארגאניזאציע און האט געווידמעט איר לעבן כדי אויפצוטוהן לטובת הכלל און געווען זייער אקטיוו מיט צוריקצוברענגען אידישע קינדער צו אידישקייט.
געבורט |
27 אפריל 1936 ה' אייר ה'תרצ"ו סעגעד, אונגארן |
---|---|
טויט |
23 אויגוסט 2016 (אלט 80) י"ט אב ה'תשע"ו ברוקלין, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, אונגארן |
ביאגראפיע
רעדאַקטירןרעביצין יונגרייז איז געבוירן געווארן ה' אייר ה'תרצ"ו אין דער שטאט סעגעד אין אונגארן צו הרב אברהם יונגרייז פֿון א רבנישער משפחה אין אונגארן, װאס האט געפירט א בית מדרש דארט, און זיין ווייב מרים. זי און איר משפחה זענען געווען אריינגערעכנט אין דער ליסטע פון די פאסאזשירן פון דער קאסטנער באן וואס האט געראטעוועט א סאך אונגארישע יידן (צווישן זיי איז געווען הרה"ק רבי יואל טייטלבוים דער סאטמארער רבי).
ווען די צווייטע וועלט קריג האט זיך געענדיגט האט זי זיך אריבערגעצויגן אין אמעריקע. דארט האט זי חתונה געהאט מיט איר מאן הרב משולם הלוי יונגרייז. זיי האבן זיך באזעצט אין שטאט ניו יארק און דארט האבן זיי געגרינדעט און געעפנט א שוהל מיטן נאמען "אור תורה". אין 1973 האט זי געגרינדעט איר ארגאניזאציע "הנני" (ענ') פאר בעלי תשובה אין אמעריקע. "הנני" וואס האט אויכעט א צענטער אין מאה שערים גיבט צו עסן פאר ארימע היימלאזער מענטשן און לערנט מיט זיי תורה. רעביצין יונגרייז האט זייער שטארק געקעמפט קעגן אסימילאציע און זייער אפט פלעגט זי אפרעדן פרייע יידן פון חתונה האבן מיט גויים.
פרעזידענט בוש האט איר געקרוינט צו זיצן אויפן פארשטאנד פון האלאקאסט מוזיי זייענדיג זעלבסט אן איבערלעבער און אקטיוו צו הייבן די מאראל פון פאלק שוין יארן כדי דאס זאל זיך נישט איבערחזרן.
זי קומט זיך צוזאם יעדן דארנערשטאג נאכט אין די וועסט סייד אין קהל עדת ישורון, מאכן שידוכים פאר די מאדערן ארטאדאקס וואס זי זעט אין דעם שידוכים פראבלעם די גרעסטע צרה סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.
אין ה'תשע"ו אין דער עלטער פון אכציג יאר איז זי נפטר געווארן איבערלאזנדיג צוויי זין און צוויי טעכעטער.
בעלי תשובה און קירוב רחוקים ארגאניזאציעס און פערזענלעכקייטן |
מוסדות: AJOP | ערכים | אש התורה | אור שמח | הנני | חב"ד | לב לאחים | עורה | שופר | זשואיש ווארלד רעוויאו | זשוס פאר זשודאיזם | אור יקר | הלל אקטיווע פערזענלעכקייטן: אורי זוהר | אמנון יצחק | אסתר יונגרייז | זאב וואלפסאן | יצחק דוד גראסמאן | משה גרילאק | הערמאן וואק | דניאל לאפין | עזריאל טויבער | מרדכי נויגראשל | שלמה רענן | שעלדאן איידלסאן |