פרשת פקודי איז די עלפטע און לעצטע פרשה אין ספר שמות. ווען מען לייענט די סדרה אין שול, זאגט דער עולם "חזק חזק ונתחזק" נאכן ענדיגן די פרשה.

אין א פשוטן יאר גייען די סדרות ויקהל און פקודי צוזאמען, אחוץ ווען דאס קביעות פונעם יאר איז השא, דעמאלסט גייט ויקהל באזונדער, ווייל ס'איז דא אן איבעריגער שבת פאר פסח און מען וויל ליינען פרשת צו אום שבת הגדול. אין אן עיבור יאר גייט פקודי אלעמאל באזונדער.

די סדרה הייבט אן מיט ציילן די נדבות וואס די יידן האבן געגעבן פארן מאכן דעם משכן.

נאך דעם דערציילט די פרשה ווי מ'האט געמאכט די בגדי כהונה, דעם אפוד און חושן, דעם מעיל, די העמדער (כתונת), די הויבן פון אהרן (מצנפת) און די כהנים (מגבעות), די מכנסיים, גארטלען (אבנט) און דעם ציץ.

נאכהער ווערט דערציילט וויאזוי משה רבינו האט אויפגעשטעלט דעם משכן ראש חודש ניסן, ‏[1] און דער אייבערשטער האט געלאזט רוען זיין שכינה אויפן משכן.

די הפטורה פון פרשת פקודי (ווען עס איז נישט איינע פון די ארבע פרשיות, קומט פון ספר מלכים א פרק ז, און באשרייבט ווי שלמה המלך האט געבויט דעם בית המקדש. די ספרדים און תימנים ליינען פסוקים מ-נ, און די אשכנזים פון פסוק נא ביז פרק ח פסוק כא.

אבער אין רוב יארן געפאלט אויס פרשת פקודי מיט איינער פון די פרשיות (זעט אונטן). דעמאלסט ליינט מען די הפטורה וואס געהערט צו יענער פרשה.

ארבע פרשיות

רעדאַקטירן

אזוי ווי מען ליינט פרשת פקודי אין חודש אדר, געפאלט דאס אפטמאל צוזאמען מיט איינער פון די ארבע פרשיות.

אין א פשוט יאר איז דער שבת וואס מען ליינט פקודי שבת מברכים. ווען דאס יאר האט קביעות הכז, קומט אויס דעם שבת פרשת פרה; אין יעדן אנדערן פשוטן יאר קומט עס אויס פרשת החודש. אין אן עיבור יאר מיטן קביעות החא אדער השג קומט עס אויס פרשת שקלים און שבת מברכים, אנדערש ליינט מען פקודי אליין.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. אין א פשוט יאר, ליינט מען די פרשה דעם שבת פאר ראש חודש ניסן.