געאגראפיע
געאָגראַפֿיע (פֿון גריכיש γεωγραφία - געאָגראַפֿיאַ) איז די וויסנשאפט וואס פארנעמט זיך מיט דעם אויסשטעל און כאראקטאר פון דעם ערד פלאנעט, סיי פון דעם ים און סיי פון דער יבשה. צום ביישפיל, די וויסנשאפט פון א געוויסער מדינה, וואו זי ליגט ווער זענען אירע שכנים, די קלימאטן, די איינוואוינער, אדער די גרויסקייט פון א באשטימטן אקעאן, וואספארא סארט באשעפענישן שווימען אין אים, אא"וו.
מאדערנע געאגראפיע איז א שטודיע וואס שטרעבט צו פֿארשטיין די וועלט מיט אלע אירע מענטשלעכע און נאטירלעכע פארוויקלונגען -- נישט נאר וואו זאכן זענען אבער ווי אזוי זיי זענען געענדערט געווארן. אלס א "בריק צווישן די מענטשלעכע און פֿיזישע וויסנשאפטן", ווערט געאגראפיע צעטיילט אויף צוויי הויפט אפטיילונגען - מענטשלעכע געאגראפיע און פיזישע געאגראפיע.[1]
אריינפיר
רעדאַקטירןגעאגראפן שטודירן די פארשפרייטונג פון פענאמענען, פראצעסן און אייגנשאפטן אין ארט און צייט, ווי אויך די אינטעראקציע צווישן מענטשן און זייער סביבה. אזוי ווי ארט און צייט רירן אפ א סך טעמעס, ווי עקאנאמיק, געזונט, קלימאט, פלאנצן און בעלי חיים, איז געאגראפיע שטארק צווישן־דיסציפליניש. געאגראפיע האט צוויי הויפט געביטן: מענטשלעכע געאגראפיע, וואס באהאנדלט די געבויטע סביבה און ווי מענטשן ניצן דעם ארט, און פיזישע געאגראפיע, וואס באהאנדלט די נאטירלעכע סביבה מיט די ארגאניזמען, קלימאט, באדן און וואסער.
צווייגן פון געאגראפיע
רעדאַקטירןפיזישע געאגראפיע
רעדאַקטירןפיזישע געאגראפיע איז די שטודיע פון געאגראפיע פונעם שטאנדפונקט פון די ערד וויסנשאפטן. זי שטודירט די ליטאספער, הידראספער, אטמאספער, פעדאספער און ביאספער. מען שטודירט קלימאט, לאנדפארעם, קאנטינענטן, אקעאנען, טייכן, בערג און שטיינער.
קאטעגאריעס פון פיזישער געאגראפיע:
מענטשלעכע געאגראפיע
רעדאַקטירןמענטשלעכע געאגראפיע איז א צווייג פון געאגראפיע וואס פאקוסירט אויף דער שטודיע פון פראצעסן און פֿורעמס וואס טוען אויספורעמען די מענטשלעכע געזעלשאפט. זי נעמט איין מענטשלעכע, פאליטישע, קולטורעלע און עקאנאמישע אספעקטן, און שטודירט באפעלקערונג, לאנדווירטשאפט, אינדוסטריע, ענערגיע, לופט פארפעסטיקונג און לענדער פון דער וועלט.
קאטעגאריעס פון מענטשלעכע געאגראפיע:
היסטארישע געאגראפיע
רעדאַקטירןהיסטארישע געאגראפיע איז דער צווייג פון געאגראפיע וואס פארשט פארשידענע געביטן ווי דער מענטש האט געווירקט אויף דער סביבה אין דער פארגאנגענהייט, אדער אנדערש ארויסגערעדט: אלץ וואס מענטשלעכע געאגראפיע שטודירט היינט אבער אין די פארגאנגענע יארן. למשל, איינער פון די קלאסישע געביטן אין געאגראפישער היסטאריע פארשט ווי די קולטורן און געזעלשאפטן האבן זיך אנטוויקלט אריבער דער וועלט און וויאזוי זיי זענען ארויסגעוואקסן אין זייער היינטיקער פארעם.
אויספארשן דעם אייבערפלאך איז איינע פון די וויכטיקע געצייג אין דעם צווייג, ווייל אזוי קען מען בעסער פארשטיין דעם איינפלוס פון מענטשן אויף זייער סביבה; די הויפט מיטלען אין היסטארישע־געאגראפישער פארשונג זענען דאקומענטן, וואס געפינען זיך אין ארכיוון, וואס דורך זיי טוט מען אנטפלעקן די געזעלשאפטלעכע־פאליטישע־עקאנאמישע פראצעסן וואס האבן געשאפן די אמאליקע לאנדשאפטן.
אין ארץ ישראל
רעדאַקטירןאין ארץ ישראל, האט היסטארישע געאגראפיע געדינט ווי א הילפמיטל אין די הענט פון די ארכעאלאגן צו אידענטיפיצירן ערטער פון דער תנ"כישער תקופה. דאס איז געווארן א באזונדערער דיסציפלין וואס באשעפטיקט זיך מיט דער דינאמיק פון די פראצעסן פון באזעצן דאס לאנד. אלס פאטער פון מאדערנער היסטארישער געאגראפיע אין ארץ ישראל ווערט גערעכנט דער געאגראף פראפ' יהושע בן אריה פונעם העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים.
ראיאנישע געאגראפיע
רעדאַקטירןראיאנישע געאגראפיע איז א צווייג פון געאגראפיע וואס שטודירט ראיאנען, פון אלע גרייסן, איבער דער וועלט.
טעכניקן
רעדאַקטירןמאפעס זענען א וויכטער געצייג אין געאגראפיע, וואס האט א שטארקן אינטערעס אין געשפרייט־פארהעלטענישן. געאגראפן ניצן פיר צוגאנגען:
- סיסטעמאטיש
- ראיאניש
- באשרײַבנדיק
- אנאליטיש
קארטאגראפיע
רעדאַקטירןגעאגראפישע אינפארמאציע סיסטעמען
רעדאַקטירןדערווייטערטע דערשפירן
רעדאַקטירןקוואנטיטאטיווע מעטאדן
רעדאַקטירןקוואליטאטיווע מעטאדן
רעדאַקטירןהיסטאריע
רעדאַקטירןדי ערשטע מאפעס פון דער וועלט גייען צוריק צו אוראלטן בבל אין דעם 9טן יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג. די גריכן האלטן אנאקסימאנדראס ווי דער גרינדער פון געאגראפיע. ער האט געברענגט פון די בבליים דעם גנאמאן, אן אינסטרומענט מיט וואס מען קען מעסטן אויף וועלכער גארטל ליניע מען געפינט זיך. טייל האלטן אז פיטאגאראס איז געווען דער ערשטער וואס האט געזאגט אז דער ערד־פלאנעט איז א קיילעך. עראטאסטענעס האט גערעכנט דעם ראדיוס פון דער ערד.
היפארכוס האט אוועקגעשטעלט די סיסטעם פון געאגראפישע קאארדינאטן—גארטל ליניעס און מערידיאנען. ער האט געניצט א סעקסאגעזימאלע סיסטעם (געבויט אויפן נומער 60) וואס ער האט געלערנט פון די בבליים, מיט די מערידיאנען צעטיילט אויף 360º (גראד, און יעדער גראד צעטיילט אויף '60 (מינוטן. אין כינע האט געאגראפיע זיך אנטוויקלט פונעם 3טן יארהונדערט אָן.
נאך דער ענדע פון דער רוימישער אימפעריע האבן די מוסולמענער געאגראפן געשאפן פרטימדיקע מאפעס פון דער וועלט, און האבן פארטייטשט די געאגראפישע ביכער פון די אוראלט גריכן און רוימער.
אל-בירוני האט אנטוויקלט טעכניקן צו מעסטן די הייך פון בערג און די טיף פון טאלן. ער האט געחשבונט דעם ארומנעם פון דער ערד גאנץ גענוי, נאענט צו דער היינטיקער אפשאצונג פון דער ערד'ס ארומנעם. זיין אפשאץ פון 6,339.9 ק"מ פאר דער ערד'ס ראדיוס איז זייער נאענט צום היינטיקן ווערט פון 6,356.7 ק"מ. ביז זיינע צייטן האט געמאסטן די ערד דורך מעסטן די זון גלייכצייטיק פון צוויי ערטער, אבער דאס גיט נישט קיין גענויע רעזולטאטן, אל-בירוני האט אנטוויקלט א נייעם מעטאד פון טריגאנאמעטרישע חשבונות, באזירט אויפן ווינקל צווישן א פלוין און דעם שפיץ פון א בארג, וואס געט א מער גענויעם מאס פון דער ערד'ס ארומנעם, און איין מענטש קען דאס מאכן אליין.
אינעם 15טן יארהונדערט האט אנגעהויבן די תקופה פון אנטדעקונג, ווען מען האט אנטפלעקט א סך נייע לענדער. די באריכטן פון די אויספארשונגען וואס מארקא פאלא, קאלאמבוס און דזשיימס קוק האבן אוועקגגעשטעלט פעסטע יסודות פאר געאגראפיע. א וויכטיקער פראבלעם פאר אויספארשער און געאגראפן איז געווען וויאזוי אוועקצושטעלן די מערידיאן און גארטל ליניע פון א געוויסער לאקאציע. די גארטל ליניע האט מען שוין געלייזט, אבער דער מערידיאן איז געווען א שווערער פראבלעם, סיי וואו זאל זיין דער נול מערידיאן, סיי וויאזוי מ'קען דערגיין דעם מערידיאן פון א לאקאציע. דזשאן העריסאן האט געלייזט דעם צווייטן פראבלעם אין 1760 מיט זיין H4 כראנאמעטער, א גענויער זייגער מיט וואס קען שטענדיק וויסן די צייט אין א באשטימטן פלאץ, און די צייט וואו מען געפינט זיך ווייסט מען לויט דער זון, ממילא די אונטערשייד לאזט וויסן דעם מערידיאן. דעם נול מערידיאן פראגע האט מען נאר געלייזט אין 1884 ווען די אינטערנאציאנאלע מערידיאן קאנפערענץ האט באשלאסן אז דער גריניטש מערידיאן זאל זיין דער נול מערידיאן.
אין די 18טן און 19טן יארהונדערטער האט מען אנגעהויבן צו אנערקענען געאגראפיע ווי א באזונדערן אקאדעמישן דיסציפלין.
איבער די לעצטע צוויי יארהונדערטער האבן די אוואנסירונגען אין טעכנאלאגיע מיט קאמפיוטערס אנטוויקלט געפירט צו דער אנטוויקלונג פון געאמאטיק. די שטארקע פארבינדונגען צווישן געאגראפיע און די וויסנשאפטן פון געאלאגיע און באטאניק, ווי אויך עקאנאמיק, סאציאלאגיע און דעמאגראפיע האבן געוואקסן, ספעציעל דורך ערד סיסטעם וויסנשאפט.
בארימטע געאגראפן
רעדאַקטירן- עראטאסטענעס (276 פאר דער ציווילער רעכענונג - 194 פאר דער ציווילער רעכענונג) - האט גערעכנט די גרייס פון דער ערד.
- סטראבאן (64 פאר דער ציווילער רעכענונג - 26) - פארפאסער פון געאגראפיקא, איינע פון די ערשטע ביכער וועגן געאגראפיע.
- תלמי (90 - 168) - האט צוזאמענגעשטעלט גריכישע און רוימישע וויסן פון געאגראפיע אין דעם בוך געאגראפיא.
- אל אידריסי (אראביש: أبو عبد الله محمد الإدريسي) (1100–1165/66) - פארפאסער פון נוזהאטול מושטאק.
- גערארדוס מערקאטאר (1512–1594) - קארטאגראף וואס האט פראדוצירט די מערקאטאר פראיעקטירונג.
- אלעקסאנדער פאן האמבאלט (1769 - 1859) - בארעכנט דער פאטער פון מאדערנער געאגראפיע, האט געלייגט די יסודות פארן פעלד פון ביאגעאגראפיע.
- קארל ריטער (1779–1859) - דער פאטער פון מאדערנער געאגראפיע; ער איז געווען דער ערשטער פראפעסאר פון געאגראפיע אינעם בערלינער אוניווערסיטעט.
- דארין מאסי (1944-) - שטודירט גלאבאליזאציע און געווינער פון דער וואטרען לוד פרעמיע.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ web.clas.ufl.edu/users/morgans/lecture_2.prn.pdf.