קלימאט
קלימאַט באדייט די דורכשניט וועטער באדינגונגען אין א געוויסן ארט במשך א לענגערער צײַט. דער קלימאט איז די לאנג-משכ'דיקע פארויסזאגנדיקע לאגע פֿון דער אטמאספער. עס ווירקן אויף אים פֿיזיקאלישע אייגנשאַפֿטן ווי בערג, טייכן, מדבריות, אראפדריקונגען און נאך.
די עיקר עלעמענטן פֿון וועטער און קלימאט: טעמפעראטור, לופטדרוק, ווינט, אפזעץ (רעגן, שניי, טוי), פייכטקייט און זונשיין. זיי העלפֿן מענטשן צו באשרײַבן די צושטאנדן פון וועטער און קלימאט.
די מערסטע גענוצטע קלאסיפיקאציע סיסטעם פון קלימאט איס די פון וולאדימיר קעפן. מען גיט נעמען פאר די פארשידנארטיקע קלימאטן למשל: מילד, פארטרוקנט, קאלט, טרוקן, טראפיש, עקוואַטאריש, מיטלענדיש.
די געאגראפישע ברייט פון אן ארט איז שטארק משפיע אויף זיין קלימאט.
וועטער און קלימאט
רעדאַקטירןדי וועטער ווייסט יעדער וואס עס מיינט. דאס איז די טעמפעראטור, ווינט שנעלקייט, פייכטקייט און טרוקנקייט, זון אדער וואלקן פון יעדע באזונדערע געגענט. יעדע געגענט האט זיך איר אייגענע וועטער אויסשטעל און אויב עס רעגנט אין ניו יארק סיטי מיינט נאך נישט אז עס רעגנט אין אלבאני. אין אנדערע ווערטער איז טייטש אז וועטער איז א קורצע טערמין וועלכע איז שייך צו א לאקאלע געגענט און יעדע געגענט האט זיך איר אייגענע וועטערס.
קלימאט איז די אויסשטעל פון די וועטערס פון א גרויסע ראיאן אין א לאנגע טערמין. א קלימאט ווערט באצייכנט אויף די דורכשניטליכע וועטערס זומער און ווינטער פון איין ראיאן אין משך פון א לענגערע צייט. צום ביישפיל ניו יארק האט א קאלטע קלימאט אין די ווינטער מיט אסאך שניי און ווינטן און א הייסע שטיקיגע זומער מיט אסאך פייכקייט. דאס איז געזאגט אויף גאנץ ניו יארק און אירע ארומיגע סטעיטס כאטש די וועטער אויסשטעל אינערהאלב די שטעט זענען קיינמאל נישט די זעלבע.
קלימאט קען גערעכנט ווערן אויף קלענערע און גרעסערע דורכשניטליכקייטן. מען קען באצייכנען א סטעיט אדער ראיאן וואספארא קלימאט זי האט און אזוי אויך קען מען באצייכענען א גאנצע קאנטינענט וואספארא קלימאט זי פארמאגט כאטש איין העלפט איז קאלט און די אנדערע ווארעם.
די טערמין צו באטראכטן קלימאט איז זייער לאנג. מען דארף צוריק קוקן הונדערטער יארן צו קענען שטודירן און פארשטיין די קלימאט פון א ראיאן. יעצט אויב עס מאכט זיך אין א געגענט א ווינטער אדער צוויי וועלכע זענען נישט קאלט אדער עס פאלט ווייניגער שניי, איז עס נאך נישט קיין שום צייכן אז עס האט פאסירט א טויש אין קלימאט ווייל דער דריטער ווינטער קען צוריק ווערן קאלט און יא פאלן אסאך שניי און דעמאלט זעט מען אז די געוועזענע צוויי ווינטערס זענען נאר געווען ווי א בארואיגונגס צייט אפשניט אינעם קלימאט.
אונטערארקטיש
רעדאַקטירןראיאנען מיט א אונטערארקטישן קלימאט (האבן א לאנגען ווינטער, אפטמאל זייער קאלט, און קורצע ווארעמע זומערן).
מילד
רעדאַקטירןמילדע קלימאטן האבן פיר סעזאנען. טערקיי און מערסטע אייראפעישע לענדער האבן מילדע קלימאטן.
פארטרוקנט
רעדאַקטירןפארטרוקנטע קלימאטן זענען זייער וואַרעם, ווי מדבריות. זיי האבן איין אדער צוויי סעזאנען ווי: סאודי אראביע און רוב אפֿריקאנער לענדער.
טראפיש
רעדאַקטירןטראפישער קלימאטן האבן ווארעמע טעמפעראטור און צויי סעזאנען; נאַס און טרוקן.
מיטלענדיש
רעדאַקטירןדער מיטלענדישער קלימאט איז געוויינטלעך ווארעם און טרוקן אין זומער, קאלט און נאס אין ווינטער.