באַניצער רעדן:רוני/יולי ארכיוו 2007

תגובה אחרונה: פֿאַר 17 יאָר מאת משגיח בנושא אשר לאבין
ארכיוו פון באַניצער רעדן:רוני  
2005 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2006 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2007 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2008 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2009 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2010 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2011 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2012 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2013 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2014 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2015 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2016 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2017 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2018 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2019 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2020 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער


גויאישע חדשים

רעדאַקטירן

דאס איז געווען א בעסערער נאמען. די מערצאל פון חודש איז חדשים (אויסגערעדט חאַדשים). --פוילישער 11:18, 1 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

איך הער וואס דו זאגסט. אין די זאכן פארלאז איך מיך אויף דיך. א דאנק. א וווּ זעסטו עס שטיין? (שוין געפונען און פאראכטן) ►רוני◄ 11:20, 1 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

סיסאפ

רעדאַקטירן

ווען וועט מען זען די רעזולטאטן פון די וואלן?--יעקלראציגער 14:00, 1 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

מען דארף נאך מאכן א טשעק-יוזער. איך גלויב אז אין די נאנטע טעג. ►רוני◄ 14:03, 1 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
אייפא נעמט קעיר פון דעם, לאמיר דאס איבערלאזן פאר אים, ער האט געמאכט די וואלן און ער וועט אלס מסדר זיין, קיינער זאל אים נישט עקסטער מוטשען. --טעכניקער 19:32, 1 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

הסיפור פורסם היום

רעדאַקטירן

רק פורסם וכבר עבר מספר השחתות (תנחש מי). ראה גם דף השיחה וגם he:שיחת משתמש:יידל#הטילדה הרביעית, כולל "מחמאות" נוספות עליך. DMY 13:06, 3 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

זה פורסם בהטילדה? או שזה רק נמצא בדף המשתמש שלך? ►רוני◄ 16:54, 3 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
יודל איז היינט בלאקירט געווארן פון די העברעאישע וויקיפעדיע אפאר מאל, נאכדעם וואס ער האט געהאלטן אין איין אטאקירן DMY פארן לייגן די מעשה. די מעשה איז אין די טילדה, דא האסטו עס. (ליין אויף די רעכטע זייט די שטיקל פון "הרפתקאותיו של ויקיפד תמים בארץ לא נודעה"). אויך איז זייער אינטערסאנט צו ליינען דא. --אלזוז 17:18, 3 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
זיי האבן אים בלאקירט אויף 3 חדשים. ►רוני◄ 17:32, 3 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
רוני האבן זיי אויסבלאקירט פאר שטענדיק. זיי האבן נישט אויסבלאקירט יודל פאר מער ווי פינעף מינוט.--יודל 17:50, 3 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
ווער איז רוני? ס'יודל? ►רוני◄ 18:36, 3 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

פרישע זאכן?

רעדאַקטירן

אויב דו ווייסט וואו עס האלט מיט דיין ווערן סיסאפ ביטע אונז זאגן, איך ווייס נישט וויפיל פלעצער איך דארף אלץ נאכלויפן צו געוואויר ווערן זאכן. ממילא ביטע אפדעיט (תעדכן) כסדר דעם עולם דא וואו עס האלט - אויב דו ווייסט בכלל.--יעקלראציגער 00:23, 9 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

ווי עס זעט אויס איז יודל שטארקער פון אונדז אלע, איך האב געדולט און איך ווארט נאך א וואך צוויי. אויב ווערט דא נישט איינער סיסאפ וועל איך מוזן אינגאנצן אפלאזן דער וויקי. ►רוני◄ 00:26, 9 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
וואו געשעט די אלע זאכן? ער רודערט ערגעץ וואו? קענסט מיר ביטע געבן א מראה מקום וואו דאס פאסירט? און פארוואס געלונגט אים עס?--יעקלראציגער 00:27, 9 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
איך ווייס נישט פון אזא ארט אבער איך פארלאז מיך אויף יודלען וואס ווייסט גענוי ווו הין צו רודערן. משום מה פון דער טאג וואס די וואלן איז געשלאסן האט מען אויפגעהערט הערן פון eiffo. מער פון דעם ווייס איך ניט. אבער איך האב נישט נאכגעקוקט עפעס עקסטער. קוק דו נאך. יעצט זע איך אז יודל ארבעט ארום אין דער העברעישער וויקי ביטע קוק נאך [1]. ►רוני◄ 00:30, 9 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
איך גיי נישט ארבעטן צו שווער, ווייל מיין סוף וועט זיין אזויווי די אנדערע וואס האבן דא געארבעט שווער, ווי קאצקער, שמאלץ, און אנדערע וואס יודל האט זיי מסדר געווען און אוועקגעריקט פון דא אויף אייביג. איך קען דיר נאר זאגן חזק ואמץ! העם איתך!--יעקלראציגער 00:40, 9 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
איך זע אז הראל האט אויך אנגעהייבן צו שמעקן אז ער איז א בובת קש [2]. ►רוני◄ 00:41, 9 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
איך קוק שוין נאך די סדר היום דארט היפש לאנג, דער יודל ארבייט וואונדערליך און קלוג, אין די רגע וואס ער זעט אז מען ווערט נמאס פון אים הייבט ער אן א סטראטעגיע פון זיך מאכן פאר די וועלטס רחמנות, "איך טאר שוין נישט שרייבן גארנישט"?... ער איז מצליח דערמיט משכנע זיין אפילו הראל וואס האלט עס מער שוין נישט אויס פון אים. אין זיין באנוצער בלאט דארט קענסטו זען ווי הראל רעגט זיך ביטער אויף אויף אים, און ער זאגט אז ער שפארט אים אויס אויף "אייביג", יודל נעמט זיך צו וויינען ביטערליך, ער בעט זיך איבער מיט DMY, ער שרייבט קאמפלימענטן "אהרן הכהן בדורינו", און ווי קאמיש עס זאל נישט קלונגן עפנט אים הראל צוריק די טיר. וחוזר חלילה, יעצט ליידט הראל ווידער פון אים און סטראשעט אים אויסצובלאקירן.
רוני ווען דו ווערסט מנהל דא געדענק, די שפראך צו יודל איז א צוגעשפארטע טיר, סיי פאר יודל און סיי פאר זיינע מיליאנען ניקס. מען ענטפערט אים נישט קיין משהו, מען לאזט אים ברומען, וויינען, און זיך בעטן. שוין צוויי יאר וואס מען האט פון אים, יעצט איז די ענדגילטיגע באשלוס, יודל ארויס פון דא!--יעקלראציגער 00:46, 9 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
מיר גייען לויט באשטימטע געזעצן, וואס איז שייך דא וויינען?! ►רוני◄ 00:52, 9 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
ווייל אין די עברית וויקפדיה גייט מען אויך לויט באשטימטע געזעצן און קוקט אויס אז דארט העלפט וויינען. ווייל מען האט אים צוריק אריינגענומען.--יעקלראציגער 00:53, 9 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
הראל האט הנאה זיך צו שפילן מיט יודל. ►רוני◄ 00:54, 9 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

כ'אב דיר געשיקט א בליצבריוו

רעדאַקטירן

ענטפער מיר, זיי מוחל --יודישער שרייבער 22:30, 11 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

איך קען נישט אויפהערן לאכן

רעדאַקטירן

איך האב יעצט געליינט אין די עברית וויקפדיה יודלס באנוצער בלאט, ווי דו און הראל שמועסן מיט אים. איך ליג אויף דער ערד פאר געלעכטער  

--אלזוז 13:31, 12 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

מזל טוב!!!

רעדאַקטירן

שווער געהארעוועט, ביטערע מלחמות. רוני! האסט עס געמאכט! רוני איז א סיסאפ!!!

רוני, איך בעט דיך מעק אויס די אלע נארישע יודל'ס מנובלות און פאליטיק ארטיקלעך. איי עם הער טו סטעי פארעווער! עס הייבט זיך אן א נייע עפאכע.

איין וויכטיגע זאך וואס איך וויל דיר זאגן. אז קיינמאל זאלסטו נישט מאכן קיין מלחמת עריכה מיט יודל און זיינע אנדערע באנוצער נעמען, ווייל איינמאל דו מאכסט א מלחמת עריכה איז שוין נישט אזוי לייכט אים אויסצובלאקירן נאכדעם ווען ער ברעכט די געזעץ. ווייל ער וועט זיך נעמען מאכן טעלעפאן קאלס צו דעני וואל אז דו בלאקירסט אים אינמיטן א מלחמה. דיין אויפגאבע אין די ענינים איז: מעקן ארטיקלעך, און אים אויסבלאקירן ווען ער ברעכט געזעץ. די אנדערע חלק לאז פאר אנדערע טון. דו קענסט אפילו שאפן א בלאט פון יודלס זאכן וואס דו ווילסט טוישן, און דו בעטסט אנדערע זאלן עס טון. אזוי זענען מיר פארזיכערט אז אויב הייבט ער אן, טוט מען וואס הראל האט געטון מיט אים דארט.

רוני! העם איתך! --יעקלראציגער 13:30, 13 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

ראציגער, לאמיר זען וואס די קענסט נעם דיך שרייבן גוטע ארטיקלן, נישט מעק נאר, אז יודל זאל קענען זאגן אז אונז האמיר נאר געוואלט רוני כדי צו קענען מאכן א צענזור! --טעכניקער 13:37, 13 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
ביסט גערעכט, איך פלאן זיך צו נעמען שרייבן. אבער איך וויל זיך שטארק איבערצייגן אז יודל קען מער נישט טון דא די טעראריסטישע שטיק פון אמאל. פארגעס נישט אז די הויפט סיבה פאר די אויפברויז אויף די אידישע וויקיפעדיע איז נאר יודלס ארטיקלען. אפשר קען מען ספענדן א וואך צוויי נאר פאר דעם? מאכן א גענצליכע קלינאָפ? עס זאל זיין א רייפע באדן פאר ווער אימער עס וויל זיך דא אויסגעבן זיין פענע? ווייל דערווייל זענען זייער אסאך ארטיקלעך גאר שטארק אויפברויזענד, וואס דאס קרענקט מיך און אנדערע. :) --יעקלראציגער 13:40, 13 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
איך בין דיר מסכים צו העלפן מאכן אלע ארטיקלן נייטראל אבער די מוזט אויכט שרייבן אנדערע זאכן צו ווייזן אז די מיינסט עס ערענסט, און אויכט זאלסטו "פיקסן" די ארטיקלן נישט סתם אזוי מעקן וואס מאכט זייער מיעוס.--טעכניקער 13:49, 13 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
לאמיך דיר מסביר זיין, יודל איז ביז יעצט געגאנגן מיטן מהלך אז "מען מעג", מען מעג שרייבן די ארטיקלן, ובכן קען אים קיינער נישט אוועקנעמען די רעכטן. מיר האבן אייביג געמיינט אז ער איז גערעכט. למעשה איז וויקיפעדיע א פרייע-אויסדרוק-פון-ווארט זאנע. אלע סיסאפן און פרעמדע וועלכע זענען אהערגעקומען האבן אבער אנדערש געטענהט. הראל איז כמעט דער הויפט מנהל - היינט צוטאגס - אין די עברית ויקפדיה, ער האט געהאלטן אין איין טענה'ן, אז כדי א וויקיפעדיע זאל האבן הצלחה מוז מען אוועקנעמען די "פרייהייט פון ווארט" פון קאנטראווערסיאלע ארטיקלעך, פון אנהייב זיכער. ווען יודל האט אים געזאגט אין די עברית ויקפדיה אז ער וויל אנהייבן שרייבן סאטמארע ארטיקלעך, האט אים הראל געזאגט "לא" מיט אן אלף, כאטש עס ווערט באשריבן אנדערע קרייזן, ווייל ער האט געזען יודל'ס כוונה. דער אידישע וויקיפידיע לעבט שוין פינף יאר, מיט שרעקליכע רייבערייען טאג טעגליך. מען דארף דא מאכן א גענצליכע קלינאפ, אז "יעדער" הערסט? "יעדער"!!! זאל זיין צופרידן. וויקיפעדיע געהער נישט פאר די דריי פיר שרייבערס דא, עס געהער פאר יעדע פאטענציאלע שרייבער. מיר מוזן זיך צושטעלן צו יעדע פון זיי. און זיכער אין די יעצטיגע מצב. דעריבער איז מיין פארשלאג "יא" צו מעקן אן א חשבון די אלע ארטיקלעך פון סעקס און חסידות. אז נישט קען מען פארגעסן פון הצלחה דא.--יעקלראציגער 14:03, 13 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
איך פארשטיי נישט וואס די ווילסט, אויס די ווילסט א וויקיפידיע מיט א צענזור דאן פארדעם האסטו די אידישע וועלט, אויב די ווילסט א פרייע נייטראלע וויקיפעדיע דארפסטו איינגייען אויף פשרות, איך גלייך אויך נישט געוויסע ארטיקלן, אבער איך פארשטיי אז צו ארבייטען מיט אנדערע דארף איך איינגייען אויף פשרות. ביטע נישט רעדן פון פאטענציאלע שרייבער, מען דארף ארבייטען מיט שרייבער וואס מען האט, און אלע שרייבער דא זענען פאר א פרייע וויקיפעדיע ווען נישט וואלטן זיי שוין לאנג געווען ביי דיי? געלונגענע "אידישע וועלט".--טעכניקער 14:09, 15 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
סאום האו זעסטו מיר אויס ווי א גלגול פון יודל. דו רעדסט דא כאילו מיר האבן בכלל נישט געהאט קיין פראבלעם דא ביז יעצט, מאכסט זיך צו די אויגן און דו פאנטאזירסט הויעך. רבי, מיר האלטן דא נאך א לאנגע מערכה פון א שיינע פאר יאר,. רוני און אנדערע האבן שווער אריינגעהארעוועט צוצוקומען צו דעם וואס איך רעד יעצט. דא איז נישט געווען קיין איין נארמאלע טאג, און דא קומסטו אן זאגן אז עס איז גארנישט שלעכט מיט אלע ארטיקלעך וואס יודל האט געשריבן.--למדן 14:30, 15 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
טעכניקער! ביטע רעדן איידל נישט טשעפענן נייע באנוצער. רוני און ראציגער מיט אלע זיינע ניקס האבן א רעכט דא צו מעקן וואס זיי ווילן דו ביסט דער לעצטער וואס האט דא אריינרעדן ווי ביסטו געווען מיט דעם ניק טעכניקער ווען מען האט נארוואס געמאכט וואלן פאר רוני? און די וואלן פאר רוני איז געווען בעיקר אויף דעם פלאטפארמע, אויסמעקן אלעס וואס איך שרייב און דאס האט געוואנען סא נעם איין שווייגעניש, נעקסטיים אויב עס גייט דיך אזוי שטארק אן די פרייהייט דא טוה צו די זאך און שטים אין די וואלן נישט סתם רעדן צווישן זיך מיט אלע דיינע ניקס צו ווייזן שיינע פיסלעך מיט איין ניק און דא חרוב מאכן מיט די אנדערע.--יודל 14:31, 15 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
יעצט מערק איך הערשט אז דו האסט ניטאמאל אפגעגעבן דיין שטימע פאר רוני, בעת "אלע" אנדערע אקטיווע שרייבער (חוץ יודל) האבן עס אפגעגעבן. אלזא ביטע-שיין, אז דיר האט נישט געבאדערט וויאזוי עס איז געווען ביז יעצט, מיינסטו בכלל נישט דעם טובה פון וויקיפעדיע. אז דו מיינסט די טובה פון וויקיפעדיע פראביר נישט צו שפילן קעגן די אידישע וועלט, און קום אונז נישט אנשרייען אז עס איז גוט אזויווי עס איז, נאר שרייב ארטיקלעך.--למדן 14:34, 15 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
און נאכן שרייבן דאס מערק איך ווי יודל איז דא אריינגעקומען אינמיטן. טעכניקער דערווייל האב איך חרטה פארן דיך ענטפערן. איך קען רעדן צו יודל גלייך. זיי מיר געזונט.--למדן 14:34, 15 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
יא למדן קענסט רעדן מיט מיר מיט אלע דיינע ניקס נישט נאר רוני און נישט נאר טעכניקער און נישט נאר למדן נאר די הונדערט פון דיין סעלפאון וואס פופציג זענען שוין געבלאקט.--יודל 14:36, 15 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

למדן, איך ארויסגעברענגט עטליכע פונקטן, ביטע ענטפערן צו פונקט, נישט פארדרייען דעם שמועס מיט ליידיגע אטאקעס, אזוי וועט מען קיין ערגעץ נישט אנקומען, מען מוז ארבייטען צוזאמען! --טעכניקער 14:48, 15 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

טעכניקער, ארבייטען צוזאמען מיינט אז מען מעקט וואס רוב קהילה וויל. מען האט געמאכט א טשעקיוזער און יעקל ראציגער שרייבט פון אן אנדער איי.פי. ווי טעכניקער מיט רוני דעריבער זענט עטס רוב און מען מעג מעקן.--יודל 14:51, 15 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

פארשלאג

רעדאַקטירן

איך שלאג פאר אז דערווייל זאל אויסגעמעקט ווערן אלע קאנטרעווערסיאלע ארטיקלעך, מען קען דאך עס נאכדעם משחזר זיין. אזויווי הראל האט פון אנהויב געזאגט, אז מען דארף ארבעטן אפאר חדשים פון אנהייב נאר אויף בעטעמטע ארטיקלעך, נישט אויף סעקס און חסידישע פאליטיק. --יעקלראציגער 13:43, 13 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

איך האלט אויך אזוי אבער איך וויל דאס טאן לאנגזאם, אריבער גיין אלע ארטיקלען און זען וואס מען דארף און וואס מען דארף נישט מעקן. איר קענט מיר העלפן מעקן. אבער אזוי ווי טעכניקער זאגט מען קען נישט למשל סתם מעקן דעם גאנצן ארטיקל אהרן טייטלבוים דארט איז דא אויך א סך אינטרעסאנטע שיינע אינפארמאציע. ►רוני◄ 16:38, 15 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
ניין רוב באנוצער ווילן אזוי יעקל ראציגער צו מאכן א בין הזמנים פון די היימישע ארטיקלן. ביטע רור דאס נישט צו איצט עס האט צייט.--יודל 16:40, 15 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
וויקיפעדיע איז נישט ארט פאר סאטמארע פאליטיק. עס איז פאר פרייע אינפארמאציע פון וועלטליכע וויסנשאפטליכע טעמעס. דא קען מען נישט פארגיסן קיינעם בלוט, בלויז ווייל יענער איז נישט אין די חסידות/קלוב ווי יודל.

דאס וועט נישט אנגיין וויטער. רוני דאס האסט דאס פארשפראכן. איצט איז די צייט דאס איינצוהאלטן. נאר אזוי וועט וויקיפדיע ווערן אן אנשטענדיגע און באלערנדע אינציקלופעדיע. --אלץ-ווייסער 21:39, 16 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

די אותיות לייכטן יעצט

רעדאַקטירן

די לעצטע ענדערונגן בלאט לייכט איצט, א דאנק --טעכניקער 13:59, 13 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

מזל טוב

רעדאַקטירן

מזל וברכה. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 16:49, 13 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

ברוכים תהיו. ►רוני◄ 21:01, 14 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

איך פריי זיך מיט מיט אלע חברים פונעם וויקי, מזל טוב רוני, קודם וועט אצינד זיין צו וועם צו רעדן, ווען איינער האט א טענה אדער א פראשלאג איז דא ווי אנצוקלאפן, איך וואונטש דיך אהן אסאך הצלחה זאלסט אויף ארבייטן דעם וויקי אלעס דער בעסטער וויקי און הויפט אינפארמאציע צושטעלער פאר אלע אידישע רעדענדיגע מענטשן.

אויך זאל ווערן געדענקט אינעם וויקי אלע סארט אידישע חסידישע, ליטווישע, נושאים.

אצינד קום איך צום וויקי מיט א פרישקייט און נייע לעבן, מזל טוב --יודישער שרייבער 16:50, 15 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

א שיינעם דאנק. לאמיר טאקע האפן אז מיר וועלן וואקסן און בליען! ►רוני◄ 17:54, 15 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

פראגע

רעדאַקטירן

וואס איז דיין פלאן יעצט? ביטע ענטפער וואס דו גייסט יעצט טון צו די אלע אויבנדערמאנטע ארטיקלעך. ביסט דא אדער נישט?--למדן 13:52, 15 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

אויפארבייטען

רעדאַקטירן

איך מיין אז די וועג פון איין ארטיקעל א טאג, איז נישט א ריכטיגע שיטה, ס'וועט אפשר אריינברענגען אסאך ארטיקלען, אבער זיי וועלן זיין זייער אויבערפלעכליך, איך מיין אז ס'איז מער כדאי צו מאכן אז "יעדער" איז זיך משתתף אין די "זעלבע" ארטיקעל, יעדע 3 טעג אדער יעדע וואך זאל ווערן געטוישט די ארטיקעל דאס וועט ברענגען מער טיפערע און רייכערע ארטיקלען. לייג אריין די נאמען פון דעם ארטיקעל דא, ס'וועט ברענגען אויסערגעוועליך גוטע תוצאות. חוץ מזה, קען יעדער שרייבען אן ארטיקל א טאג. --משגיח 21:16, 16 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

איך האב אויך געהאלטן אין אנהייב אזוי, איבערהויפט ווייל איך מיין אז ס'צו א שווער צו פארלאנגען צו שרייבן יעדן טאג אן ארטיקל. אבער טעכניקער האט אויפגעקלערט אז שרייבן א סך ארטיקלען איז אויך וויכטיג. עס פעלט אין אונדזער וויקיפעדיע זייער א סך גרונדענע ארטיקלען וועלכע אין אנדערע וויקיס זעט מען דארט 170 אונטערוויקיס. דערפאר האבן מיר אנטשיידן צו מאכן א פראווע פון אן ארטיקל א טאג, און זען ווי אזוי וועט דאס מצליח זיין. ►רוני◄ 21:33, 16 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
איך בין אויך נישט צו א גרויסע אנהענגער פון איין ארטיקל א טאג, ווייל עס לייגט פרעשור און מען קאנצטעטרירט זיך נישט אויפן אינהאלט פונעם ארטיקל, אבער איך האב זיך איינגעשריבן ווייל טעכניקער האט געבעטן, אפשר אזוי וועט מען זיך אנשטרעערעגן צו ארבייטן דא, אבער דאס וואס משגיח זאגט פארשטיי איך אויך נישט, וואס זאל איך טועהן אז איך האב נישט וואס צו צולייגן אויפן איינעמם ארטיקל ? איך קען נישט זיך משתתף זיין אין יענעמס ארטיקל, אסאך מאל איז עס נישט מיין קענטעניס, און אסאך מאל האלט איך בכלל נישט דערפון, אבער איך פארשטיי נישט דערצו--יודישער שרייבער 21:40, 16 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
די איין ארטיקל א טאג איז מורא'דיג וויכטיג ביז די וויקי וועט האבן 10,000 ארטיקלן, מיין איינפאל קומט פון די "דפי יומי", מען דארפן האבן א ציל אן דעם קומט מען קיין ערגעץ נישט אן, אנקעגען די "דפי יומי" איז אויכט געווען וואס האבן געטענהט אז עס וועט מאכן מענטשן לערנען אן הבנה, אבער צו סוף האט זיך עס ארויס געשטעלט פאר א מורא'דיגער סוקסעס, איך מיין אז אנשטאט זיך צו טענהן אויף א יעדע זאך זאל מען זיך פארנעמען צו שרייבן לכ"פ איין ארטיקל א טאג, נישט קיין חילוק פון וואס, אזוי וועט מען עס קענען אויפבויען ביז איין יאר, און אויב די וויקי וועט זיין א סוקסעס וועלן קומען מער שרייבער, ווייל שרייבער ווילן שרייבן און א געלונגענע זאך.--טעכניקער 21:53, 16 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
לאמיר מאכען ביידע, איין ארטיקעל א טאג וואס יעדער שרייבער שרייבט פאר זיך, און "די ארטיקעל פון די וואך" וואס דאס זאל זיין א ארטיקל וואס עגזעסטירט שוין און "אלע" שרייבער צוזאמען וועלן דאס אויפארבייטען. --משגיח 21:43, 16 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

i am not yuidel

רעדאַקטירן

please stop sayimg that i am yudel i am not him and never ever have been his sockpupet. i voted against u becouse at the time it --Mechel2 15:33, 17 יולי 2007 (UTC)was my descionענטפֿער

ענגלישע וויקיפעדיע

רעדאַקטירן

זיי אזוי גוט, באוועג דעם ארטיקל ענגלישער וויקיפעדיע צום געהעריגן נאמען „ענגלישע וויקיפעדיע". --פוילישער 17:58, 17 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

וואס פראבירסטו צו טון?

רעדאַקטירן

דא און נאך.--למדן 20:20, 18 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

קענסט דיך אויס אין JAVA? איך פראביר בויען א קורצע קעסטל צו קענען לייכט אריינשרייבן אפטע מוסטערן. זע דעם בלאט אין דער העברעישער וויקיפעדיע. ►רוני◄ 20:23, 18 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

קאטעגאריע:פערזענליכקייטן

רעדאַקטירן

אפשר איז מעגליך אריבערצופירן קאטעגאריע:פערזענליכקייטן צו קאטעגאריע:פערזענלכקייטן? --פוילישער 17:09, 19 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

איך פארשטיי ניט וואס דו ווילסט. זיי מע מסביר. ►רוני◄ 17:14, 19 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
מן הסתם מיינסטו פערזענלעכקייטן. איך גיי דאס טאן. ►רוני◄ 17:18, 19 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

יא, אוודאי! א ש'כוח. --פוילישער 22:34, 19 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

גרופע טעאריע

רעדאַקטירן

זיי מיך מוחל, אבער גרופע טעאריע איז עפעס אנדעריש. אפשר איז דא א בעסער ווארט אויף יידיש צו פארטייטשן set theory. --פוילישער 15:34, 20 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

איז וואס איז דאס סכומען טעאריע? ►רוני◄ 15:37, 20 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

ביטע ווען די פירסט אריבער ארטיקלן פארעכט די געדופלטע רידיירעקטס

רעדאַקטירן

עס וואלט געווען געאייגענט אז ווען דו פירסט אריבער אן ארטיקל ווי למשל פון זשיראף צו דזשיראף זאלסטו אויך אריבערפירן די רידיירעקטס אז דאס זאל נישט זיין געדופעלט. א ייש"כ.--יודל 03:18, 22 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

רידיירעקטס וואס איך באשאף פיר איך טאקע אריבער, אבער איך קען נישט פארברענגען שעהן לאנג אויף דיינע טויזנטערס רידיירעקטן. ►רוני◄ 03:24, 22 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
דו האסט געטוישט קודם אויף זשיראפ האב איך עס געמאכט עס זאל צייגן אויף די ווארט זשיראף דערנאך האסטו עס ווייטער געפירט צו אן אנדער ווארט איז בעטן מיר דיך זאלסט האבן די אחריות אויך ווייטער פירן די רידיירעקטס ווילסט נישט מוסטו נישט. אנטשולידיגט פארן בעטן א טובה.--יודל 03:32, 22 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

ביטע בלאקירן יודל

רעדאַקטירן

יודל איז צוריק טעטיג היינט צו פארדרייען און אוועקהרגנען יענעמס ארבעט, געב א קוק דא, און דא, רוני ביטע געב אים צו פארשטיין מיטן בלאקירן שפראך אז ער זאל אביסל נאכלאזן.--למדן 01:15, 23 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

וואס מיינט דער אפציע?

רעדאַקטירן

  "צייג דעם בלאט אלץ א מקור"?--למדן 15:06, 23 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

צו ווייזן דעם בלאט אלס א מקור אָן זען די קומענדיקע ענדערונגען. ►רוני◄ 15:12, 23 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
איך מייין דו ביסט זיך טועה מיט "לינק צו דעם ספעציפישן ענדערונג". "צייג דעם בלאט אלץ א מקור" קומט נישט אייביג ארויף. אויפן הויפט בלאט קומט עס יא אייביג ארויף. אין עברית הייסט עס צטט דף זה. וואס איז פשט?--למדן 15:14, 23 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
א וואו זעסטו אזא לינק? ►רוני◄ 15:19, 23 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
יעצט זע איך, דאס ווייזט אינפארמאציע לגבי די רעכטן פונעם ארטיקל, פאר די וואס קאפירן דעם ארטיקל אין אנדערע ערטער, אין די איצטיקע ווערסיע. ►רוני◄ 15:22, 23 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
גיי אריין צו הויפט זייט, און קוק די לעצטע אפציע פון "טול באקס" אין די זייט. אגב, אין דייטש הייסט עס "ארטיקל ציטירן" געב א קוק דא ביי די לעצטע אפציע פון די טול באקס. --למדן 15:23, 23 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
טויש עס ביטע אויף "ציטירן דעם ארטיקל" אזויווי אין די דייטשע וויקיפעדיע. --למדן 15:25, 23 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
יישר כח--למדן 15:30, 23 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

איך בין איך

רעדאַקטירן

דא http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%91%D7%90%D6%B7%D7%A0%D7%99%D7%A6%D7%A2%D7%A8:%D7%A8%D7%95%D7%A0%D7%99/%D7%97%D7%91%D7%A8%D7%99%D7%9D

האסטו מיך צוזאמען געשטעלט מיט למדן, איך בין נישט למדן. --משגיח 16:43, 23 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

ברוך השם יעצט בויען מיר צוריקאויף צוזאמען א נארמאלע וויקיפעדיע. עס איז זייער וויכטיק צו נישט ניצן מער ווי איין נאמען אין דער וויקיפעדיע. ►רוני◄ 16:52, 23 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
איך בין נישט למדן, און איך ניץ נאר איין נאמען. איך פארשטיי נישט פארוואס די האסט מיך צוזאמען געשטעלט מיט למדן אלס דער זעלבער באנוצער? ביטע קוק אויף די לינק --משגיח 17:07, 23 יולי 2007 (UTC) 17:06, 23 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
רוני האט מיר נעכטן געזאגט אז ער איז אזוי חושד. איך זעה נישט קיין וועג אים צו איבערצייגן אז איך בין נישט משגיח, און משגיח איז נישט איך. ממילא איז א שאד די שפיל. אחוץ אויב עס איז דא א מעגליכקייט פון מאכן א טשעק יוזער, וואס איך בין מסכים דערצו. מיר גייט נישט אן אז מען איז אזוי חושד, משגיח איז א פיינע שרייבער  

--למדן 17:22, 23 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

איך בין נישט דער איינציגסטער וואס איז חושד. הלוואי זיינען מיר טועה. ►רוני◄ 17:25, 23 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
איך בין אויך מסכים פאר א טשעק יוזער, מיר גייט דאס יא אן. --משגיח 17:27, 23 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
מען דארף נישט מאכן קיין טשעק יוזער, איר זייט באגלייבט. ►רוני◄ 17:29, 23 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
ווער עס איז חושד איז עס יענעמס פראבלעם, און איך געב יעדעם רשות צו מאכן א טשעק יוזער. מיר גייט דאס אינגאנצן נישט אן - ווי געשריבן. (ווי איך זעה יעצט גייט עס אבער יא אן פאר משגיח). אין די גוטע צייטן פלעגט מען זיך דארפן צוקראצן ווען יודל האט חושד געווען אז רוני איז שמאלץ און אלזוז איז קאצקער. עס איז נישט לאגיש זיך צוצוקראצן פון יעדע מחשבה וואס יענער טראכט, ווילאנג עס גייט נישט ווייטער פון חושד זיין בין איך גערעכט  
--למדן 17:31, 23 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
ס'גייט מיר יא אן אבער ביסט גערעכט מ'וועט קיינמאל נישט פערטיג ווערן מיט די זאכען, א גיטן טאג אייך אלע. --משגיח 17:42, 23 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

יודל

רעדאַקטירן

ביטע האלט מיט די לעצטע ענדערונגען, ער הייבט ווייטער אן מיט צוריקדרייען וכדו. --משגיח 16:35, 25 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

הויפט בלאט

רעדאַקטירן

איך וויל ווייטער לייגען די "היינט אין היסטאריע" וועלעכער האט געהאלפען בארייכערן אונזער וויקי און האט נישט געברענגט קיין שום מחלוקות, דאס איז געווען א ++ מצב. ביטע גיב מיר רשות צו עדיטען מוסטער:אקטועלע געשענישן. --פיילעט 17:24, 26 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

ביטע באשוצען

רעדאַקטירן

באנוצער בלאט און רעדן בלאט פון באַניצער:פיילעט. --משגיח 15:05, 31 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

פארוואס? פארווען? ►רוני◄ 15:22, 31 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
אהה יעצט זע איך אז דו ביסט באַניצער:Joel.m. ►רוני◄ 15:57, 31 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

אשר לאבין

רעדאַקטירן

ביטע מעקן דעם בלאט, ער האט מיר אזוי געבעטן. --משגיח 19:10, 31 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

חזרה לדף המשתמש של "רוני/יולי ארכיוו 2007".