באַניצער רעדן:רוני/מיי ארכיוו 2008

ארכיוו פון באַניצער רעדן:רוני  
2005 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2006 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2007 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2008 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2009 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2010 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2011 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2012 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2013 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2014 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2015 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2016 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2017 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2018 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2019 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2020 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער


טעכנעלאגישע טערמינען רעדאַקטירן

איך האלט אז זייער אסאך טעכנעלאגישע טערמינען קעפלעך פון ארטיקלעך דארף דריגענד געטוישט ווערן אויף ענגליש. ווען מען רעדט א שפראך באדייט דאס נישט אז מען טאר נישט אריינמישן קיין אנדערע שפראך, און זיכער ווען עס איז דא א וועג ווען אלע שפראך באזיצער זאלן זיין צופרידן.

א משל איז דער ארטיקל מוטער פלאטע אדער קלאוויאטור וכו', וואס דאס איז גוט צו באנוצט ווערן אין א שרייבערישע ארטיקל ווי ווען מען מאכן אינטערסאנט א זאך, און דער ליינער זאל שוין אליין פארשטיין פון ארום און ארום פון וואס מען רעדט דא. אבער אויפן קעפל פון ארטיקל ווען דו ווילסט איינעם מסביר זיין קלאר און דייטליך פון וואס מען גייט דא רעדן מוזטו רעדן די גרינגסטע אנגענומענע שפראך. ווען דו רעדסט צו סיי וועמען וועסטו עס אין דיין לעבן נישט אנרופן אזוי.

איז אזוי, אין עברית וואס איז די אייגענע שפראך פון א לאנד פון אפאר מיליאן מענטשן, איז זיכער דא ברייט אנגענומענע טערמינען וואס יעדער אן אויסנאם ווייסט דערפון, אבער אזאלכע ווערטער וואס עס איז פארהאן אויף עברית אויך, אבער עס איז נישט די סטאנדארט עס אנצורופן אזוי וועט אין דער עברית וויקיפדיה אייביג שטיין דער ענגלישער נאמען אויפן ארטיקל.

ביי אונז אין אידיש וואלט איך געזאגט אז יעדע טעכנעלאגישע ווארט האט פיר וועגן וויאזוי דאס צו שרייבן.

  • אין אידיש איבערגעזעצט די אותיות פון ענגליש,
  • אין אידיש, איבערגעזעצט וויאזוי מען זאגט עס אין ענגליש, אבער וויאזוי מען זאגט עס ארויס פון מויל. (ביישפיל, וויסטע וויזטע - לשיטתך),
  • אין אידיש, אבער א נייע ערפינדענע ווארט וואס איז נאר דא אין אידיש (ביישפיל קלאוויאטור),
  • פשוטו כמשמעו אין ענגליש מיט די ענגלישע בוכשטאבן.

די גרינגסטע אנצוקומען צום ארטיקל איז לדעתי די לעצטע אויסוואל. און אינעווייניג פונעם ארטיקל זאל זיין פון אנהייב די ערשטע דריי אויסוואלן. (ביישפיל: Keyboard די קעפל פון ארטיקל. אינעווייניג זאל שטיין: קלאוויאטור (קיבאורד, ארויסגעזאגט: קיעבארד) וכדומה).

ביטע קאמענטירן.--איינשטיין 19:45, 1 מײַ 2008 (UTC)ענטפֿער

דער פראבלעם איז אז חרדים טוען נישט דורך די שפראך. די אידישיסטן האבן גאנצטע פונדאציע'ס וואס געבן זיך אפ צו מאדערענאזירן דעם שפראך און די פרייע אסימילירטע ביליאנערן וואס רעדן שוין נישט אידיש דורי דורות שטופן ליידער דעם וואגן. דעריבער אנערקענט דאס די פרייע וועלט אלס מער דורגעטראכט ווי חסידישער אידיש. איז דעריבער כדי זיך אן עצה געבן מיט דעם רוני דא וואס שפילט די ראלע פון אן אידישיסט האבן מיר געמאכט פאליסי אז ער מעג באוועגן נאר אויב ער ברענגט מקורות אז א געוויסער טערמין איז שוין ברייט באנוצט מיט איר איבערגעטייטשטער ווארט. דאן איז ער יא גערעכט אז דאס קומט נישט אין ענגליש. א דאנק.--יודל 19:49, 1 מײַ 2008 (UTC)ענטפֿער
איך בין מסכים מיט איינשטיין מען זאל שרייבן אזעלכע קעפלעך וואס שטייען בספק אויף ענגליש מיט די ענגלישע בוכשטאבן, אבער נאר לגבי טעכנאלאגישע טערמינען, סתם יידישע ווערטער וואס די חרדים לערנען ניט אין דער שולע (בעיקר מענער) זאל בלייבן אף יידיש (צב"ש אקעאן און ניט אוישן), מערסטנס מיט אַן ארומגעקרייזלטע אפטייטש. לאמיר הערן וואס פוילישער זאגט דערצו און מיר וועלן אפשטימען. ►רוני◄ 23:17, 1 מײַ 2008 (UTC)ענטפֿער
יישר כח.--איינשטיין 02:44, 2 מײַ 2008 (UTC)ענטפֿער

דאס איז אן אינטרעסאנטער פארשלאג. אויב מען וויל גיין אויף דעם וועג דארף מען פריער אוועקשטעלן א רשימה פון אלע טערמינען וואס מען וויל באהאנדלען. אפשר וואלט געווען בעסער צו שאפן א בלאט וויקיפעדיע:טעכנאלאגישע טערמינען און אדורכארבעטן די ווערטער דארטן. דערנאך קען מען באשליסן וועלכע קעפלעך פאסן צו זיין אויף יידיש און וועלכע אויף גלח'ישע אותיות. --פוילישער 12:35, 2 מײַ 2008 (UTC)ענטפֿער

איך בין מסכים אז מען דארף מאכן אזא רשימה. ►רוני◄ 12:37, 2 מײַ 2008 (UTC)ענטפֿער
וגם אני מצטרף. אבער אלץ אינציאטיווער פונעם געדאנק ערווארטס ביטע נישט פון מיר אז איך זאל דאס נעמען אויף מיינע פלייצעס. דאס איז געווען א פארשלאג וואס איך וועל זיך שטארק פרייען ארויסצוהעלפן, אבער נישט אנפירן. ביטע עפנט אזא בלאט און הייבט אליינס אן צו באהאנדלן, און מיט די הילף פון יודל רוני פוילישער און איך און אנדערע וועט דאס האפענטליך מצליח זיין.--איינשטיין 13:20, 2 מײַ 2008 (UTC)ענטפֿער
איך שרייב יעצט דעם בלאט ►רוני◄ 13:21, 2 מײַ 2008 (UTC)ענטפֿער
חזרה לדף המשתמש של "רוני/מיי ארכיוו 2008".