באַניצער רעדן:רוני/אויגוסט ארכיוו 2006

לינק צו א מקור ביי די נייעס

רעדאַקטירן

ביטע לייג א לינק צו די מקור פון די נייעס, כ'מיין אז אפילו ביי די נייעס - וואס האט נישט מיט פאליטיק - זאל מען זיך אויך זייער שטארק האלטן צו די תקנה, אזוי וועט דאס יעדער אלעמאל האלטן, אויך ווילן לייענער אלס זעהן די גאנצע ארטיקל. א דאנק. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 23:47, 6 ‫אױגוסט 2006 (UTC)

גערעכט ►רוני◄ 08:50, 7 ‫אױגוסט 2006 (UTC)

ביטע נישט מינימיזירן די טויטע.

רעדאַקטירן

איך זעה אז דו שרייבסט נומערן וואס איז נאר האלב אדער פערטל פון די טויטע סאלדאטן, הגם סאיז נישט קיין ליגענט אז פיר זענען געהארגעט געווארן איז אבער פיל מער טויטע פארהאנען און דאס מאכט וויקיפעדיע אימאינטערסאנט אז נאר האלבע נומערן ווערן באריכטעט ענדערשט שרייב נישט קיין נומבער בכלל.

שמאלץ איז מסכים דערצו אפילו ער שרייבט נישט אונטער...--הייד פארק 20:49, 7 ‫אױגוסט 2006 (UTC)
איך אקטואליזיר די נייעס לויט די איצטיגע אפדעיט. יעצט שטייט די טויטע ביי 5. ►רוני◄ 20:51, 7 ‫אױגוסט 2006 (UTC)
דער ליינער דארף נישט וויסן ווען דו שרייבסט דאס, ביטע שרייב א זייגער אז נישט איז נישט אינטערסאנט צו שרייבן בכלל.--הייד פארק 20:54, 7 ‫אױגוסט 2006 (UTC)

ביטע נישט קריטיקירן אין די וועלט אריין

רעדאַקטירן

איך שרייבט קורצער די נייעס פון יעדן איינעם, האט זיך געמאכט א נייעס וואס איז זעקס פאכיג, וויאזוי קען מען דאס פארקריצערן אפשר זאגסטו מיר?

  1. באמבע אין אידישע בלאגספערע:
  2. געהיימער אידענטיטעט פון פאפולערע בלאגער, -
  3. וואס באשמוצט מלמדים וואס טוען לויט אים סעקסואל באלעסטיקען תלמידים, - אויפגעדעקט
  4. אלס אפגעפארען אייניקל פון ר' שרגא פייוול מענדאלאוויטש. -
  5. נאכדעם וואס יאהו
  6. צייגט 2 אימעיל אדרעסן, איינס פון זיין אפענעם נאמען און דאס אנדערע פון זיין באהאלטן בלאג נאמען פון זעלבן איי פי אדרעס.

ביטע זאג מיר וועלכע ליניע איז לויט דיר איבעריג? אדער צו מינדערוויכטיג פאר א קעפל?--הייד פארק 20:56, 7 ‫אױגוסט 2006 (UTC)

איך קריטיקיר נישט, איך האב געמיינט אז דו לאכסט מיט דיין ענטפער צו שמאלץ. לגבי די נייעס, האב איך רויט געמאכט די ווערטער וואס מוז נישט שטיין ביי די נייעס ביי דיין רעדן-בלאט, אבער דו מוסט נישט מיטאלטן מיט מיר לגבי דעם, מאך וואס דו פארשטייסט. ►רוני◄ 21:04, 7 ‫אױגוסט 2006 (UTC)

צייט איבערצומאכן די ערשטע זייט.

רעדאַקטירן

אזוי ווי לעצטענס פארמערט זיך די נייעס, און די אויסערוועלטער ארטיקל קעסטל איז דערווייל נאך נישט געהעריג אויפגעוביט. ווייל מיר האבן ליידער נישט גענוג ארטיקלן פון קוואליטעט. לוינט זיך אויסצוציען די נייעס קעסטל און פטרן דעם אויסדערוועלטן ארטיקל קעסטל. כדי סזאל האבן א שיינעם פנים דער ערשטער זייט.--Issak 21:28, 11 ‫אױגוסט 2006 (UTC)

אויב מען וועט לאזן אין די ערשטע זייט נאר היינטיגע נייעס וועט זיין גענוג פלאץ. איך בין נישט זיכער אז עס לוינט אראפנעמען די אויסדערוועלטע ארטיקל קעסטל. כדאי צו הערן וואס אנדערע האבן צו זאגן דערפון. ►רוני◄ 21:30, 11 ‫אױגוסט 2006 (UTC)
עס מוז זיך איינער אונטערנעמן דאס צו דערהייטיגן כאטש איינמאל א וואך. דענסמאל איז דאס בארעכטיגט, דערווייל מאכט דאס אויסזעהן דעם וויקיפעדיע ווי א פארלאזט באוואקסן גארטען וואס קיינער נעמט נישט קער. ווייל דער זעלבער ארטיקלן ליגט שוין כמעט א האלבער יאר פארזשאוועט און פארנאלעסיגט. עס פארשעמט וויקיפעדיע--Issak 21:33, 11 ‫אױגוסט 2006 (UTC)
OK קענסטו דאס טון (פארברייטערן די נייעס קעסטל ביז אונטן)? אויב נישט וועל איך דאס טון, איך האב סייוויסיי געוואלט באפוצן די גאנצע ערשטע זייטל, אבער דאס קען נעמען א וויילע. ►רוני◄ 21:36, 11 ‫אױגוסט 2006 (UTC)
ניין איך קען דאס נישט טאן, אז יא וואלט איך דיך נישט מטריד געווען חלילה וחס. יישכ למפרע.--Issak 21:42, 11 ‫אױגוסט 2006 (UTC)

רציתי להפנות אותך לשאלה הנוגעת לאידיש. ראה he:שיחה:יעקב גנס#Faraynikte Partizaner Organisatsye. בתודה, ירון

קאליר צו שטארק

רעדאַקטירן

ביים רעכטן קעסטל די קעפל איז זייער גוט, אבער די תוכן אונטערגרונט איז צו שטארק פאר מיין טעם, עס קומט מער לייכטער כדי גרינגער קענען ליינען די ווערטער. עס קען בלייבן גרין אבער נישט אזוי דארק יישכ--חיים ליבערמאן 21:27, 15 באוגוסט 2006 (UTC)

איך ווייס, איך האב דאס דערווייל צוגעשטעלט צום קאליר פון די בילדער. איך וועל דאס שענער מאכן. ►רוני◄ 22:00, 15 באוגוסט 2006 (UTC)

לעצטע ענדערונגן אינטערוויקי

רעדאַקטירן

ביטע לייג צו אינטערוויקי לינקס צו אנדערע שפראכן וויקיפעדיעס פון די לעצטע ענדערונגען בלאט, ווייל רוב מאל געפין איך זיך אין דעם בלאט. און איך וויל עפעס אויפזיכן אין אנדערע וויקיפעדיע'ס קען איך נישט טרעפן א לינק. תודה למפרע.--חיים ליבערמאן 13:58, 16 באוגוסט 2006 (UTC)

OK היינט נאכט אי"ה ►רוני◄ 15:10, 16 באוגוסט 2006 (UTC)

ביטע: נאכמאכן דעזיין פארן נייעס בלאט

רעדאַקטירן

איך זעה אין ענגלישן נייעס בלאט, איז שיין אנייגעטיילט די טעג, אויב קענסטו דאס נאכמאכן אז אלע טעג זאלן אויסקומן באזונדער אין קעסטעלעך, וואלט דאס געווען זייער ציענד צו ליינען.--פרץ גוטמאן 10:22, 18 באוגוסט 2006 (UTC)

ביי די ענגלישע וויקי איז דאס א פארטאל, אבער איך וועל פראבירן דאס צו טאן ווען איך וועל האבן צייט. ►רוני◄ 12:42, 18 באוגוסט 2006 (UTC)
מיר דוכט יזך אויבן אויף, און דו ווייסט בעסער אין די זאכן, אז זייער פארטל איז סתם צוליב טעכנישע דעזיין אויסשטעלונג, און עס טראגט נישט די באדייט פון א געוויינליכער פארטל מיטן ציל צו מאכן דערפון א שמועס. סא פרוביר דאך נאכקאפירן דעם אויסשטל. תודה למפרע.--פרץ גוטמאן 13:41, 18 באוגוסט 2006 (UTC)
ס'איז מיר זייער לייכט צו דאס קאפירן אויב מיר וועלן דאס אויך שטעלן אין א באזונדערע בלאט (פארטאל), אבער מן הסתם ווילסטו זאל דאס אזוי זיין ביי די ערשטע זייט. אטאדאס איז מיר א ביסל שווער צו מאכן. און פונדעסוועקן וועל איך זעהן צו איך קען דאס טאן. אבער נישט היינט. ►רוני◄ 13:49, 18 באוגוסט 2006 (UTC)

בקשה: 2'טער מעניו קעסטל פארוקט

רעדאַקטירן

איך געדענק אז אמאל פלעגט זיך פארוקען די אויבערשטער קעסטל, איצט האט זיך דאס געמאכט ביים אונטערשטען מעניו קעסטל סהאט זיך געלייגט ענגליש אנשטאט יידיש און פארוקט די טעקסט אריין איינע אין די אנדערע ביטע פארעכטן אויב מעגליך. תודה.--סאסמאן 12:31, 21 באוגוסט 2006 (UTC)

ביי מיא ארבייט דאס וועל ►רוני◄ 12:46, 21 באוגוסט 2006 (UTC)
איך האב פייערפאקס בראוזער. איך שטעל מיך פאר אז נאך אסאך באנוצער האבן דאס פראבלעם.--סאסמאן 12:49, 21 באוגוסט 2006 (UTC)
יעצט זעה איך דאס פראאבלעם איך וועל זעהן ווי אזוי דאס פאריכטן .►רוני◄ 12:55, 21 באוגוסט 2006 (UTC)

  done


►רוני◄ 12:55, 21 באוגוסט 2006 (UTC)
שוין ווידער פארוקט ביטע פארעכטן סזאל מער קיינאמל נישט געשען ווידער. דער אייבערשטער וועט דיר שוין צאלן--משה 00:52, 4 בספטמבר 2006 (UTC)
חזרה לדף המשתמש של "רוני/אויגוסט ארכיוו 2006".