באַניצער רעדן:רוני/אפריל ארכיוו 2006

תגובה אחרונה: פֿאַר 18 יאָר מאת שמאלץ בנושא וואס גייט דא פאר
ארכיוו פון באַניצער רעדן:רוני  
2005 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2006 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2007 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2008 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2009 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2010 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2011 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2012 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2013 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2014 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2015 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2016 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2017 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2018 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2019 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2020 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער


מזל טוב דו ביסט א ביוקראט!

רעדאַקטירן

דיין שווערע ארבייט איז געווארן אנערקענט, היינט בין איך אויפגעשטאנען צו א גליקליכע טאג! יידיש וויקיפעדיע האט דיך געקרוינט אלס ביוקראט!

גע'הרג'ט דעם געבראקטס!

רעדאַקטירן

האט אראפגעציפט דעם גאנצן "זאפט" פון דעם ארטיקל "געבראקטס"... פארוואס? דיין ליבער --אלץ-ווייסער 15:02, 5 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

זעה דא אז עם-סגולה האט אויסגעארבעט (מיט גערעכט) די ארטיקל, און נאכער האב איך דאס מסדר געווען. ►רוני◄ 15:59, 5 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

מעניו ווידער צוריק געשפרינגן

רעדאַקטירן

די שמועס איז אריבער אהער

פראבלעמן מיט פייערפארקס ביי לעצטע ענדערונגען

רעדאַקטירן

זינט דו האסט צוגעלייגט דעם אויבערשטן שורה, איבער ארטיקלן וואס מ'זאל בארבייטען איז דער זייט מעניו נעלם געווארן אין פייערפאקס ביים לעצטע ענדערונגען בלאט. אז איך האב צוריקגעדרייט דיין בארבייטונג איז דאס צוריק געקומען. זעה וואס דאס איז ביטע.--יודל 20:02, 16 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

די ערשטע 11 שרייבן טולס זענען קאפוט.

רעדאַקטירן

עס ארבייט נישט די לינקס און באלד א.א.וו. טולס העכער דא. העלף! איך קען מיך נישט אונטערשרייבן ווייל עס ארבייט נישט וויפל איך קוועטש, אפשר איז דאס מיט פייערפאקס אבער די איבעריגע טולס ארבייטן יא פיין. איך האב איצט פרובירט מיט מיקראסאפט עקפלאורער די זעלבע פראבלעם. איך קען מיך נישט אונטערשרייבן....

ביסט גערעכט, איך וועל זעהן וואס צו טאן דערינען, דערווייל שרייב דיך אונטער מיט 4 סימבאלן ~~~~ --►רוני◄ 18:16, 17 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

גאנגלערי האט עס פאראכטן דא, אבער ער האט געמוזט אוועקווארפן די צווייטע העלפט טולס, דערווייל ארבייט נאר די ערשטע 11 טולס, ווען מען וועט עס פיקסן ביים העברעישן וועט מען עס צוריקשטעלן.--יודל 23:24, 17 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

דאס האב מיר דאך אויך געקענט טון. א שאד, ווייל איך האב געבעטן איינעם א מומחה זאל בודק זיין דאס פראבלעם פאר אונדז, און יעצט וועט ער נישט קענען בודק זיין. אבער מצד שני, אפשר גאר די איבעריגע טולס איז בכלל איבעריג, און ס'גענוג די 11.
בדרך כלל גיי איך צו יענער מומחה און נישט צו גאנגלערי ווייל יענער איז א פיל גרעסערער מומחה אלץ גאנגלערי, אבער איר האט דאך נישט קיין געדולט. צ.ב.ש. יענער מומחה האט געבריינגט אינטרעסאנטע און גוטע עצות ווי זיך פארן מיט דאס פראבלעם פון דער מעניו וואס טוישט זיך אימער צו ענגליש, זעה [[וויקיפעדיע:Bugs]].

חס וחלילה, סאיז נישט איבעריגע די אנדערע טולס, גאנגלערי, האט געזען וויאזוי דו בעטסט הילף פון יענעם מומחה, און ער האט דאס נישט אויסגעמעקט פאר אייביג נאר פאר צייטווייליג, ביז ווילאנג זיי פארעכטן דאס אין העברעיאישן וויקיפעדיע. פרוביר אויס וועסטו זעהן אז אין העברעישן ארבייט עס אויך נישט ... איך האב טאקע ביי יענעם'ס רעדן בלאט אויסגעמעקט דיין בקשה אז דאס איז נאר ביי יידיש, עס איז נישט אמת. דער פראבלעם איז ביים העברעישן בעיקר.--יודל 09:17, 18 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

אפדעיט: איצט באמערק איך ווי יענער זאגט אז פאר אים ארבייט דאס אויך נישט. --יודל 09:28, 18 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער
יא יא, אבער דאס פראבלעם איז נאר ביי אונדזער וויקיפעדיע, ווארום ביים העברעישן ויקיפדיה ארבייט דאס וועל --►רוני◄ 09:30, 18 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

האסטו דען פרובירט? איך האב פרובירט דארטן און אויך גאנגלערי עס ארבייט נישט דארטן.. פרוביר וועסטו זעהן--יודל 09:32, 18 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

איך האב גראדע פראבירט, זעהט אויס אז זיי האבן דאס גראדע פאראכטן ►רוני◄ 09:34, 18 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער


דו האסט פרובירט מאכן א לינק מיט טול, און עס ארבייט דארטן?--יודל 09:35, 18 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

יא ►רוני◄ 09:37, 18 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

האסטו עפעס געטאן א ענדערונג אין דיין בראוזער ווייל פאר מיר ארבייט עס נישט דארטן פונקט ווי נעכטן...--יודל 09:39, 18 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

ביי דיר ארבייט דאס נישט ווייל דו דארפסט אפפרישן דיין וועב-פראגראם. פראביר פארמאכן דיין וועב-פראגראם און זיך ווידער איינלאגירן. ►רוני◄ 09:41, 18 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער
ביי דערווייל, "חברה" איז א יידיש-שפראכיגע אויסדרוק :) ►רוני◄ 09:43, 18 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

וויאזוי זאגט מען חברה אין הערעיאיש? דערווייל זעה איך האט ער דארטן מבטל געווען די איבעריגע נאך די 11 טולס, די זעלבע זאך וואס גאנגלערי האט דא געטאן נעכטן, פארן גאנצן העברעישן וויקיפעדיע, זעהט אויס אז איך בין גערעכט אז דער פראבלעם האט גארנישט מיטן יידישען וויקיפעדיע, זאג אים דארטן אז פאר דיר ארבייט דאס יא.--יודל 09:46, 18 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

זעהט אויס אז ביי מיר ארבייט דאס ווייל איך האב נישט אפגעפרישט מיין וועב-פראגראם זינט נעכטן. ד.ה. וואס איך האב דיר פריער געזאגט איז געוועדעט צו מיר. "חברה" = "חברים" א.א.וו ►רוני◄ 09:49, 18 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

יעצט אז דו זעהסט אז דער פראבלעם האט גארנישט געהאט מיט אונז, עס איז געווען דארטן די פראבלעם איז סתם אזוי שווער פארוואס קיינער האט דאס נישט דארטן באמערקט נישט נעכטן און נישט היינט. ביז ער האט דאס באמערקט--יודל 09:54, 18 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

גלויב מיר, איך נוץ מיך קיינמאל נישט מיט דאס טול-באר, זעהט אויס אז פיל מענטשן נוצן זיך נישט מיט דעם. אויך ווער עס האט נישט איבערגעפרישט דאס וועב-פראגראם האט נישט געהאט דאס פראבלעם. אבער מיט אלעס איז זייער אינטרעסאנט פארוואס האט קיינער נישט אויפגעמערקט :-| ►רוני◄ 09:57, 18 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער
אבער נאר די ערשטע 11 איז דער פראבלעם, און דאס באנוצט מען דאך יא.

בכלל איז פאר אונז אמעריקאנע יענע איבעריגע טולס, לעבן'ס וויכטיג, ווי למשל די רעכטס אויף לינקס באטאן. איך האף אז ער וועט דאס פארעכטן ווי שנעלער כדי דאס צוריק שטעלן פאר דא.--יודל 09:58, 18 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

איך זעה אז אלע קנעפלאך ארבייטן שוין אין העברעיאישן וויקיפעדיע, זיי האבן דאס פאראכטן, איז אפשר איז שוין צייט מען זאל דאס צוריקשטעלן ארויף אהער צוריק איצט אז זיי זענען שוין דערגאנגען דעם אישו? עס איז זייער נוצליכע באטאן'ס. תודה.--יאנוש 15:39, 21 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

גערעכט ►רוני◄ 15:43, 21 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער
עס ארבייט ווייטער נישט פאר מיר, כ'וועל פרובירן נאך. --שמאלץ 16:32, 21 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער
ביי מיר ארבייט דאס. קוועטש CTRL+R און פרווו ווידער ►רוני◄ 16:35, 21 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

איך זעה נאר די ערשטע 11 אפשר קען מען צוריק לייגן די איבעריגע? און וואס זענען די 5 נייע באטאטן'ס וואס פארמיאוסן דעם בלאט, פארוואס קען מען זיי נישט לייגן צוזאמן מיט די 11 העכער דעם?--יודל 16:40, 21 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

קוועטש CTRL+R וועסטו זעהן אלע. די 5 נייע האט גאנגלערי געלייגט, איך האב נישט קיין האנונג וואס באדייט דאס. אגב, איך וואלט אויך אראפגענומען די לינקן אויבן c: m: n: s: w: wikt:‎ ‎#mediawiki – #commons.wikimedia – #wikimedia‎.‎ וואס לדעתי פארנעמט דאס סתם פלאץ אָן קיין שום תועלת. ►רוני◄ 16:44, 21 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער
אהה שכועך סאיז אמאחאיע. לגבי דעם 5 באטאן'ס וואס גאנגעלערי האט צוגעלייגט, ווייסעט ער מסתמא נישט אז די איבעריגע באטאן'ס האט מען צוריקגעשטעלט מילא פעלט זיך נישט אויס נאך טולס פאר רעכטס צו לינקס און פארקערט. ער האט דאס מסתם ארויפגעלייגט נאך פאר דו האסט צוריק געלייגט דיינע באטאן'ס. בין איך גרעכט? וואס בידי נארמאל און בידי אווערייד. וואס איז דאס בידי?

אופס די ערשטע 11 ארבייט ווידער נישט. סהעלפט נישט קיין קאנטראל אר. אבער די צווייטע גרופע באטאן'ס ארבייט יא פיין, זעהט אויס אז די פראבלעם איז צוריקיודל 16:53, 21 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

נאך א CTRL + R האט זיך עס גענומען ארבייטען ביי מיר. א דאנק. --שמאלץ 17:46, 21 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

יעצט ווייל איך האב פשוט איבערגעקאפיט די סעטינגס פון העברישען monbook js css קוק אין די לעצטע ענדערונדגען בלאט.--יודל 17:49, 21 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

טייטש איבער פאר אונז ר' אליעזר ברלנד

רעדאַקטירן

איך זעה אז דו שרייבסט אין דיין העברעישן באנוצער בלאט אז דו קענסט פרטים איבער זיין לעבן. ביטע זיי אונז אויך מהנה דא. ער איז א פארבן רייכער פערזאן וואס קען אונז אסאך לערנען.--יודל 09:57, 18 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

אמת ►רוני◄ 10:11, 18 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

יעצט ווייל איך האב פשוט איבערגעקאפיט די סעטינגס פון העברישען monbook js css קוק אין די לעצטע ענדערונדגען בלאט.--יודל 17:49, 21 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

איך קלער הויך

רעדאַקטירן

אז דו קענסט לייגן ערגעץ אין "פארענט פעיזש" אויך, דעם זייער נוצליכן מוסטער "אקטועלע ארטיקלן צו באארבייטן"--יודל 10:50, 18 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

איך בין נישט זיכער אז עס פאסט, מען קען דאס פארשטעלן ביי די וואלן ביים פארלעמענט. ►רוני◄ 10:52, 18 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

ניין פארגעס דערפון, איך האב נאר געקלערט (הויך) דערפון. נישט געוואלט עס טאן. עס איז דא וויכטיגערע זאכן ווי מאכן וואלן פאר אזאלכע שטותים.--יודל 10:55, 18 אַפּריל 2006 (UTC) טויש טאקע די וואלן בלאט, פארן מער פאסיגערן נאמען "פארלעמענט" (אבער מאך נישט קיין וואלן איבער דעם....)--יודל 10:56, 18 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

פארוואס מעקן זיי יידיש וויקיפידיע פון העברעישען וויקיפעדיע

רעדאַקטירן

פארוואס? אז עס מעג זיין אין ענגלישן וויקיפעדיע אן ערך איבער דעם העברעישן פארוואס טאר נישט זיין אין העברעישן אן ערך איבערן יידישן?--יודל 11:50, 18 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

איך קלער נישט אז ס'איז דא אן ערך אויף דער ענגלישער ויקיפדיה, ווי הייסט די ערך?
צווייטנס, דער העברעישער ויקיפדיה איז זייער שטריינג. זאגער אויב דו וועסט פרווון מאכן וויכטיגע רידיירעקטן וועלן זיי דאס גערן מעקן ►רוני◄ 11:56, 18 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

קוק דא. בכלל האלט איך אז מען דארף מעקן אויב עס שטייט נישט גארנישט אבער איך קען שווער עברית, ביטע טוה מיר א טובה און שרייב אפאר ווערטער דארטן כדי זיי זאלן נישט נאכאמאל מעקן. דאס וועט העלפן בויען דעם יידישן וויקיפעדיע.


העברישע מנהלים מעקן אין די וועלט אריין

רעדאַקטירן

מיט איזרעיליס זיי זענען נישט שטרענג, זיי זענען סתם ווילד. דאס קומט פון זייער מלחמה צושטאנד מיט די אראבער דארטן, מ'קען מיט זיי נישט האנדעלן רואיג נאר מיט שלעק...--יודל 12:07, 18 אַפּריל 2006 (UTC) אפדעיט: דוד שי, האט זיך שוין געלאזט הערן. איך האב אים צוגעזאגט אז מ'גייט שרייבן דארטן מער ווערטער, טוה מיר צוליב און שרייב אפ עפעס איבער אונזער יידישער וויקיפעדיע. דאס בויען די אינטערעסע צוציצוען נאך באנוצער אהער וואס קענען יידיש. תודה רבה.--יודל 12:17, 18 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

שוין דערווייל זענען זיי ידם על העליונה ווייל מיר האבן נאך נישט גארנישט געשריבן דארטן. אבער אויב מיר האבן עפעס אפאר ווערטער דאס צו באשרייבן פארדינט דאס א מקום מכובד פונקט ווי זיי פארדינען א מקום אין ענגלישן. יושר איז יושר.

בכלל וואס איז געווארן נעכטן ביסטו געגאנגן צו זייער מפגש, זיך געטראפן מיט דיינע שונאים? געווען א פיוס?--יודל 12:26, 18 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

כל זמן דער באנוצער "גילגמש" איז א סיסאפ, שרייב איך נישט אין דער ויקיפדיה. אבער וועגן יידשן ויקיפדיה וועל איך יא שרייבן אין א געלעגנהייט. יעצט גיי איך מיר זיך צולייגן אביסל. ►רוני◄ 12:38, 18 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער


ביטע טוישן פאליסי פון מעקן רידיירעקטס

רעדאַקטירן

עס איז דא זייער אסאך גרייזיגע רידיירעקטס וואס איך קען נישט איבערשרייבן, ווייל עס מעקט אויס. עס איז נישט די עצה צו מעקן דורך דיר יעדעס מאל, מ'דארף דאס טוישן פאר אייביג ווייל מ'קען נישט וועגן וואנדאלן בלייבן שטענדיג געבונדען, ווער ווייסט וויפל באנוצער וואס זענען נישט קיין סיסאפ'ס האבן געוואלט מעקן גרייזיגע ארטיקלן, און האבן זיך אפגעטראגן פאר אייביג זעענדיג אז זייערע הענט זענען געבינדען? ביטע אראפנעמן דעם שלאס אז מ'זאל קענען מעקן גרייזיגע ארטיקלן וואס זענען כמעט אלע סיי ווי סיי בלויז גרייזיגע ספעלינגס.--יאנוש 15:08, 21 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

ביסט גערעכט, איך האלט אויך אזוי, אבער אן אנדער סיסאפ האט באשלאסן צו באגרעניצן די באנוצערס (פון וועגן א וואנדאל וואס האט דא קאליע געמאכט פיל ארטיקלען) איך האב נישט געוווסט אז דערווייל זיינען נאך אלע ארטיקלען פארשלאסן פאר אלע פון מעקן. איך גיי שוין געשווינד עפנען דער שלאס. ►רוני◄ 15:11, 21 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער
בעצם יעצט זעה איך אז ס'איז אוממעגליך צו ערלויבן יעדן צו מעקן ארטיקלען. עס טוט מיך לייט, אזוי ארבייט דער וויקיפעדיע. איך וועל פרעגן אנדערע מומחים וועגן דעם. ►רוני◄ 15:15, 21 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער
איך וואלט געווען אפשר געזען אז אן איינשרייבן זאל מען נישט קענען מעקן, אבער איינער איז א אחריות'דיגער לאנגיעריגער באנוצער ווי מיר דארף מען דאס לאזן מעקן.--יאנוש 15:18, 21 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער
איך וועל בודק זיין דעם ענין. דערווייל ביסטו דא גאנץ ניי מיט ווייניג באטיילונגענס. אין דער נאנטער צוקונפט וועלן די סיסאפן קענען מחליט זיין צו דיר געבן די פולע ערלויבונגען דערפון. ►רוני◄ 15:21, 21 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

חס וחלילה! איך וויל נישט ווערן קיין סיסאפ אין מיין לעבן. ספעלט מיר נישט אויס נאך ארבייט זיך צו פארענן מיט אנדערע באנוצער סך הכל וואס איך וויל איז קענען פארעכטן גרייזיגע קעפלעך פון ארטיקלן, דאס באדערט מיך שרעקליך אז עס איז שוין יא דא אן ארטיקל זאל דאס שוין האבן דעם גוטן קעפל, דער פראבלעם איז אבער ווי געזאגט פריער אז די רידיירעקטס ווייזן שוין ערגעץ און איך קען דאס נישט אהין באוועגן ווייל דער סיסטעם לאזט נישט מעקן. דאס איז נישט צום אויסהאלטן, מיר זענען נאך גאר א קליינער וויקיפעדיע זיך צו אויפירן אזוי דיקטאטוריש. און פארטרייבן אזעלכע באנוצער ווי מיר.--יאנוש 15:31, 21 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

אונדזער וויקיפעדיע פירט זיך נישט דיקטוטאריש ח"ו, די פונקציע פון נישט קענען מעקן איז איינגעבויעט אין דער וויקיפעדיע פראגראם, און איך בין נישט זיכער אז מען קען דאס טוישן. איך דארף פריער זיך מייעץ זיין מיט מומחים און הערן וואס האבן זיי צו זאגן דערפון.►רוני◄ 15:35, 21 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

אויפקלערונג איבער די נייעס בלאט.

רעדאַקטירן

איך זעה דו שרייבסט פאר אלץ-ווייסער אז דו האלטסט אויך אז די חסידישע נייעס איז נישט דאס פלאץ דא. פרעג איך דיך א פשוטע איינפאכע קשיא, האלטסטו דען נישט אז די נייעס בלאט דארף זיין איבער ענינים וואס פאראינטערסירן דעם ליינער?--יודל 23:25, 24 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

איך האלט אז ס'מאכט נידריג דער ציל פון דער וויקיפעדיע, ווייל נייעס איז א פראסטע פאלקס-טעמע וואס בריינגען צו נידריג מאכן אויך די ארטיקלען אליינס פון דער וויקיפעדיע. אבער למעשה פריי איך מיך אז ס'האט נישט פאסירט, און די שרייבערס האבן געשריבן גוטע ארטיקלען. אבער לדעתי די נייעס דארף זיין אויף א רמה און נישט איבער יעדע שלאגעריי אין די חצרות הקודש. אפשר אין וויקינייעס פאסט צו לייגן אזעלכע סארטן טעמעס. ►רוני◄ 23:30, 24 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

פאר דיר ציעט נייעס מיט א רמה? און האלטסטו אז רוב ליינער וועלן דא קומן אויב מען וועט נאר שרייבן נייעס מיט א רמה? --יודל 23:37, 24 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

מיר אישית שטערט נישט אז די נייעס באקסל איז געשריבן נידריג. דער עיקר זאלן די ארטיקלען אליין זיין גוט געשריבן. אבער אויב עס שטערט פאר אלץ-ווייסער לאז איך אים ארויסשרייבן זיין מיינונג, ווייל ס'נישט די ערשטע מאל וואס מען רופט פלוני "שוויצער" און אלמוני "פארברעכער" און איך גראדע פארשטיי זיין דריקעניש. ►רוני◄ 23:41, 24 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער
אויב עס איז געשאטאנען אויף איינעם פארברעכער וואלטטו דאס געהאטן אן אחריות אויסצומעקן די זעלבע אויף שוויצער איך האלט אז דאס איז פשוט געווען א געאיילטער טיטול און וואלסט געמעגט טוישן די טיטול. לגבי אלץ-ווייסער ווייסטו זייער גוט אז ער האט א קאמפעין נישט צו לאזן שרייבן דא אמת'ע פאקטן פון חסידישע פאליטיק, אנשטאט שפילן מה יפית פאר אים דארפסטו ווען אים אפענטפערן מיט א שטייפן אחריות'דיגן ענטפער וואס זיינע טענות זענען און נישט אים לאזן דא פארפירן און העצן על לא דבר ווען ער איז א יחיד וואס וויל צווינגען דעם ציבור, און נאך דערצו אים העלפן באשמוצן די נייעס בלאט. דאס איז נישט יושר.--יודל 23:46, 24 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער
איך וועל דיר זאגן דער אמת וואס באדערט מיר. נישט איינער און נישט צוויי האבן צו מיר געטענהט אז דער יידישער וויקיפעדיע געהערט צו די סאטמערער פון אמעריקע (אין פארום תפוז און דער העברעישן ויקיפדיה), און זיי לערנען דאס ארויס פון דער נייעס-באקסל. ►רוני◄ 23:59, 24 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

איז דען דאס נישט אמת? מאך א סוירטש אויף גוגעל איבער סיי וואסארא יידיש ווארט, וועסטו זעהן אז יידיש אויפן אינטערנעט איז סאטמאר, נו וועגן דעם זאלן מיר נישט בויען וויקיפעדיע? מיר דארפן טאקע ווארטן אויף תפוז באניצער צו שרייבן אבער דו ווייסט אז קוים אין זייער פארום שרייבן זיי עפעס יידיש, די איינציגסטע וועג וואס איך זעה אויפציוועקן אידיש איז דורך בויען וויקיפעדיע, און וויאזוי בויען מיר וויקיפעדיע? איך האלט דורך די נייעס בלאט, דו האלטסט אנדערשט? אדרבה איך וויל הערן.--יודל 00:13, 25 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

ס'איז אינטערעסאנט ווייל אסאך האבן מיר געזאגט אז דער העבריעשן ויקיפדיה געהערט צו איזראעליס. ווער דען רעדט יידיש היינט צוטאג? כ'ווייס ס'זענען דא באבוב'ע אדער וויזניצע וואס רעדן יידיש, אבער פון ווי זאל מען אין פארום תפוז וויסען די צווישעןשייד צווישען באבוב און סאטמאר? ס'איז פונקט ווי איך קען נישט דערקענען צווישען איין שווארצע און די אנדערע. דאס אז דער נייעס איז אלעמאל וועגן חרדים, וואס מאכט דאס אויסקוקען ווי סאטמאר, און איז דען נישט די נייעס ביי די העבריעשן וועגען ישראלדיגע נייעס? איך לעב נישט אין ניו יארק, איך לעב נישט אין סאטמאר, און דאך זאל מיר איינער פון פארום תפוז אנקוקען וועט ער גלייך זאגן איך בין א סאטמארער. און ס'איז גאר מעגליך אז זאל איך שרייבן נייעס וועט דאס אויך אויסקוקען ווי איך בין א סאמארער, אבער יענעם'ס אומוויסענשאפט טוישט נישט די פאקטן, און נישט די ציל פון ברענגן מער באזוכער. אנטשולדיגט פאר די אויסברוך כ'מיין אבער נישט צו פוגע זיין אין קיינעם פרזענליך, ס'איז נאר דאס וואס מענטשן מאכן הנחות וואס רעגט מיר אויף און ברענגט דאס ארויס פון מיר, פונקט פארקערט דאס אויסברוך איז געצילט קעגן די אנדערע אין פארום תפוז וואס לייגן אראףּ די הנחות. --שמאלץ 02:35, 25 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער
שמאלץ, דו קענסט נישט טוישן מענטשהייט, למעשה איז דאס די נאטור אז טאמער מען וואונט אין איין געזעלשאפט קוקט מען אן מיט א כלליתדיגער בליק יעדער איינער אינדערויסן פון זיין אייגענער סביבה, אפילו זיי זענען פארשידענארטיק.

לענינו האלט איך אז רוני, מיט אלץ-ווייסער זענען גערעכט, מ'קען נישט מאכן אן אפשטימונג איבער דעם, עס איז זייער א האקעלער ענין. מיר דארפן זיך רעכענען מיט שוואכקייטן פון מענשטהייט. זיך צוריק האלטן פון שרייבן סאטמאר נייעס. עס איז טאקע ביטער שווער, ווייל ליינער ווילן דאס, אבער מען דארף זעהן תכלית ווער פון די ליינער וועלן אמאל וועלן שרייבן. רוני און אלץ-ווייסער זענען טייערע ווערדפולע באנוצער, זיי קומן פאר אלע ליינער צוזאמן. איי אפשר איז דא נאך רוני'ס און אלץ-ווייסער'ס צווישן די ליינער וואס וועלן נאר וויסן פון וויקיפעדיע דורך שרייבן סאטמאר נייעס? דאס נאר א ספק. קודם לאזן מיר גיין מיט א ברי, אז טאמער מיר וועלן זיך צופיל לייגן סאטמאר נייעס וועלן רוני מיט אלץ-ווייסער אפפיצען פון דא. און דאס טאר נישט זיין קיין ספק אויך נישט. אין מיין מיינונג: מיר מוזן טוישן פלאן זיי צופרידנשטעלן.--עפשטיין 12:49, 25 אַפּריל 2006 (UTC) רוני, איך האב געמאכט אן אפשטימונג וואס צו טאן איבער דעם אישו. ביטע ארבייט דאס אויס.--יודל 13:27, 25 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

וואס איז מקוה נייעס?

רעדאַקטירן

איך האב א שטיקל אומקלארקייט אין דעם אפטייטש, איך זעה דו טיישט דאס אלס אלע חסידישע מחלוקת. איך האלט אבער אז דאס איז נישט קיין עוולה פון מיין שטאנדפונקט און חברים, דיך אינטערסירט נישט די דאזיגע נייעס ווייל דו ווערסט נישט געפירט פון אונזער מקוה נייעס, אבער ביי אונז אין וויליאמסבורג איז אזעלכע סארט נייעס מער וויכטיג ווי ביי ענק. אונזערע רעביס און פירער, זענען פונקט ווי אריק שרון און שרית חדד ביי אייך, פארשטייסט?--יודל 13:56, 25 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

זעה די צווייטע צד וואס איך האב יעצט אקטואליזיקט דארט ►רוני◄ 13:59, 25 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

וויקיפדיה עברית

רעדאַקטירן

[ http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%95%D7%99%D7%A7%D7%99%D7%A4%D7%93%D7%99%D7%94:%D7%9E%D7%96%D7%A0%D7%95%D7%9F#.D7.91.D7.A2.D7.99.D7.99.D7.AA_.D7.97.D7.A1.D7.99.D7.9E.D7.94_.D7.A1.D7.A4.D7.A6.D7.99.D7.A4.D7.99.D7.AA ראה כאן]. נו, אז מה שם המשתמש שלך שם בוויקיפדיה עברית? Dovi 17:26, 25 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

וואלה תודה. השם שלי "משתמש:Marlboro"

►רוני◄ 18:13, 25 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

ביטע צוריקלייגן נאך "עדיט טולס"

רעדאַקטירן

ווי אין העבערישן וויקיפעדיע. --נבוכדנצר 11:10, 26 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

איך וועל פראבירן. ►רוני◄ 11:12, 26 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

וואס גייט דא פאר

רעדאַקטירן

כ'פרוביר צו פארשטיין וואס איז די חילוק אין יידישע בוכשטאבן: פון דעם ביז דעם קענסטו מיר אפשר העלפן? --שמאלץ 16:25, 27 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

אין איינע איז די ווא"וו יו"ד צוזאמען ►רוני◄ 16:29, 27 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער
עס איז דא א קנעפעל אויפן KEYBOARD וואס קען דאס טאן? אויב יא, וועלכע (זאג מיר וואס איז די ענגלישע בוכשטאב אויף יענע קנעפל). א דאנק. --שמאלץ 16:31, 27 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער
אונטער די רעדאקטירונג-קעסטל איז דא א טאוולע מיט פיל בורכשטאבן וואס זעט אויס אזוי: Insert: א אַ אָ ב בֿ ג ד ה ו וּ װ ױ ז זש ח ט י יִ ײ ײַ כ ך כּ ל ̯ל מ ם נ ן ס ע ̯ע פ פּ פֿ ף צ ץ ק ר ש שׂ תּ ת ׳ ״ ־ – ִ ַ ָ ֿ _ּ _ׂ

[[באַזונדער:–]] [[באַניצער:–]] [[באַניצער_רעדן:–]] [[װיקיפּעדיע:–]] [[װיקיפּעדיע_רעדן:–]] [[מעדיעװיקי:–]] [[מעדיעװיקי_רעדן:–]] [[קאַטעגאָריע:–]] [[קאַטעגאָריע_רעדן:–]]IPA: ɐ ɑ ɒ ɓ ɔ ɕ ɖ ɗ ɘ ə ɚ ɛ ɜ ɝ ɞ ɟ ɠ ɡ ɢ ɣ ɤ ɥ ɦ ɧ ɨ ɩ ɪ ɫ ɬ ɭ ɮ ɯ ɰ ɱ ɲ ɳ ɴ ɵ ɶ ɷ ɸ ɹ ɺ ɻ ɼ ɽ ɾ ɿ ʀ ʁ ʂ ʃ ʄ ʅ ʆ ʇ ʈ ʉ ʊ ʋ ʌ ʍ ʎ ʏ ʐ ʑ ʒ ʓ ʔ ʕ ʖ ʗ ʘ ʙ ʚ ʛ ʜ ʝ ʞ ʟ ʠ ʡ ʢ ʣ ʤ ʥ ʦ ʧ ʨ ʩ ʪ ʫ ʬ ʭ ʮ ʯ Á á É é Í í Ó ó Ú ú À à È è Ì ì Ò ò Ù ù  â Ê ê Î î Ô ô Û û Ä ä Ë ë Ï ï Ö ö Ü ü ß Ã ã Ñ ñ Õ õ Ç ç Ģ ģ Ķ ķ Ļ ļ Ņ ņ Ŗ ŗ Ş ş Ţ ţ Ć ć Ĺ ĺ Ń ń Ŕ ŕ Ś ś Ý ý Ź ź Đ đ Ů ů Č č Ď ď Ľ ľ Ň ň Ř ř Š š Ť ť Ž ž Ǎ ǎ Ě ě Ǐ ǐ Ǒ ǒ Ǔ ǔ Ā ā Ē ē Ī ī Ō ō Ū ū ǖ ǘ ǚ ǜ Ĉ ĉ Ĝ ĝ Ĥ ĥ Ĵ ĵ Ŝ ŝ Ŵ ŵ Ŷ ŷ Ă ă Ğ ğ Ŭ ŭ Ċ ċ Ė ė Ġ ġ İ ı Ż ż Ą ą Ę ę Į į Ų ų Ł ł Ő ő Ű ű Ŀ ŀ Ħ ħ Ð ð Þ þ Œ œ Æ æ Ø ø Å å Ə ə – — … [] [[]] {{}} ~ | ° § → ≈ ± − × ¹ ² ³ ‘ “ ’ ” £ € Α α Β β Γ γ Δ δ Ε ε Ζ ζ Η η Θ θ Ι ι Κ κ Λ λ Μ μ Ν ν Ξ ξ Ο ο Π π Ρ ρ Σ σ ς Τ τ Υ υ Φ φ Χ χ Ψ ψ Ω ω דארטן קענסטו שרייבן דער סארט שריפט. אדער מיטן קוועטשן ALT + א געוויסע נומער (וואס א צינד געדיינק איך נישט גענוי.) ►רוני◄ 16:36, 27 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

אה יעצט זעה איך, א דאנק. --שמאלץ 16:47, 27 אַפּריל 2006 (UTC)ענטפֿער

Please add interwikis (link to Wikipedia in other languages) to your articles. אנא, שימו קישורים לוויקיפדיות בשפות האחרות בערכים שאתם כותבים וקשרו עליהם מאנגלית ומעברית.

חזרה לדף המשתמש של "רוני/אפריל ארכיוו 2006".