מיין רעדן בלאט ארכיוון
Archive 1
Archive 2
Archive 3

ביטע שטעל צוריק די 4 ארטיקלן זיי זענן יא פובליק

רעדאַקטירן
  1. משה ראובן איצקאוויטש
  2. ראובן חיים שטיינבערג
  3. אלישע רובין
  4. און לייביש טייטלבוים

אז דו האלטסט אנדעשט ווי מיר דארפסטו ווען קודם רעדן דערוועגן ווייל 2 חברה האבן געזאגט קעגן דיר אז דא איז פובליק. נישט ברעכן און זיך אויפירן קעגן די אפמאך םאר דעני אין טשעט אז דו טוסט נישט גארנישט איינער קעגן דעם אנדערן.--יודל 14:31, 13 אין אפריל 2007 (UTC)

איך האלט אויך ווי --יודל --אנטשלאסען 14:35, 13 אין אפריל 2007 (UTC)

אזוי איך האב געבראכן די אפמאך? וואס איז דאס?--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 16:31, 13 אין אפריל 2007 (UTC)
יענס ענין איז געווען אן אנגייענדער זאך נאך פון בעפאר די אפמאך האב איך געהאלטן אז דין צוריקדרייען איז נישט קיין ברעכונג פונעם אפמאך אבער איך נעם אן דיינע רייד און איך פרעג איצט שוין דעני ווא מען זאל טאן.--יודל 17:27, 13 אין אפריל 2007 (UTC)
וועגן פאבליק אדער נישט, פארוואס מאכט דאס אז מען איז א משגיח אין כשרות א פובליק פיגור? ווילאנג די השגחה איז נישט אויף זיין נאמען איז דאס נאכנישט פובליק, אדער כאטשיג א סקאנדאל צוליב די משגיח. איך לייג דאס נישט צוריק און וועל דאס מעקן, סיידן אז עס איז דא אן אנדער סיבה פארוואס זיי זענען פובליק.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 16:31, 13 אין אפריל 2007 (UTC)
אויב דיין רעדע איז פון משה ראובן איצקאוויטש איז דאס אנדערשט ווי סתם א משגיח ער פירט אן אלע סאטמארע זאלן אין ווילי, ער לאזט נישט דארטן קיין שמחות פון היימישע קעיק און נאך זאכן וואס דער ציבור איז אונטער אים אונטערגעווארפן און אויך איז ער א פובליק פיגור ווייט אינדערויסן פון כשרות ער האט אנגעפירט די ישיבה לצעירים און סאטמאר ווילי און איז גאר א פארמישטער אין די סאטמאר וועלט. איך בעט דיך נישט זאלסט צוריק שטעלן איך קען דאס אלייןס טאן פארשטייט זיך לויט די עצה פון דעני, אבער ברעכן דיין אפמאך זאלסטו נישט ווייל דעני באוואכט דיך גאנץ גוט און דו פארשפילסט אלעס איצט.--יודל 17:30, 13 אין אפריל 2007 (UTC)

>שמאלץ שרייבט: "ווילאנג די השגחה איז נישט אויף זיין נאמען איז דאס נאכנישט פובליק", ווי באקאנט געט ר' משה ראובן איצקאוויטש די השגחה אויף זיין אייגענע נאמען! --מה נשתנה 17:44, 13 אין אפריל 2007 (UTC)

דאן וועל איך דאס צוריקלייגן.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 18:07, 13 אין אפריל 2007 (UTC)


איך צו צוריק איך לייג דאס נישט צוריק, אבער איך בין מודה אז איך האב געמאכט א טעות, אבער די טעות קומט פון דעם ווייל דער וואס האט דאס געשריבן האט באשריבן יעדן וואס ער קען אין קווינס ישיבה. איך לייג דאס נישט צוריק ווייל איך האלט נאך אלס אז אויף צוריקלייגן איז דאס אז די השגחה איז אויף זיין נאמען נישט גענוג פובליק, אז דו וועסט דאס אבער צוריקלייגן וועל איך דאס נישט אויסמעקן.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 18:09, 13 אין אפריל 2007 (UTC)

איבער נייעס פון גוים וואס פאראינטערסירט אידן

רעדאַקטירן

איך זעה דו ביסט אביסל צומישט [1] וויל דיר נאכאמאל אויפקלערן אלגעמיינע נייעס פון גוים אינטערסירט נישט קיין אידן אבער אזאלעכע סארטן ענינים וואס האבן צוטאן מיט אמונה רעליגיע און הלכה אדער טעכניק אדער סיי וואסארא אנדערע ענין וואס קען ציען פאר אידן דארפן יא ווערן אין באטראכט. דיין נייעס איז געווען א הוילער ליגענט, וואס די גוים האבן יענעם טאג געמאכט א וויץ צו שרייבן ליגענט. די וויץ אינטערסירט נישט קיין אידן ווייל עס איז נישט קיין וויץ בלויז פאר די גוים. מה שאין כן די סארטן נייעס פון טאנץ אדער דריי ווייבער איז טאקע גויאיש אבער אינטערסירט יא פאר אידן צוליב איר קונסט אדער רעליגיע חידוש.--ווארהייט 19:08, 13 אין אפריל 2007 (UTC)

פארוואס איך בין אנדערשט

רעדאַקטירן

דו פרעגסט פארוואס דו טארסט נישט מפרסם זיין מייין נאמען.[2] ווייל איך בין א פריוואטער מענטש, א פאבליק מענטש מיינט איינער וואס איז א רב אן עסקן א שרייבער פאר די פארטייאישע צייטונגן און אזוי ווייטער זיי טוישן די וועלט, איך בין אפשר פאר דיר א שטער אבער אלס שרייבער אין וויקי בין איך פראטעקטעט אז מיין פריוואטקייט זאל נישט ארויסרינען ווייל אויב דו באשרייבסט מיך שעדיגסטו די פראיעקט ווייל איך וועל שוין מער ניטש קענען דא שרייבען צוליב די איסור פון אונזער תורה רבנים צו נוצען אינטערנעט. איך האף אז דו פארשטייסט די חומר הדין.--ווארהייט 06:04, 15 אין אפריל 2007 (UTC)

איך פארשטיי הונדערט פארצענט די חומר הדין פון אויפדעקן איינעם'ס וויקיפעדיע'ס פריוואטקייט, דערפאר האב איך נאר געפרעגט אויב איך מעג באשרייבן דיך, אבער נישט אז איך וועל זאגן אז דאס איז דער און דער באניצער נאמען. צו בעסער פארשטיין, לאמיר זאגן דיין עכטע נאמען איז אברהם אבראמאוויטש, וויל איך וויסן אויב איך מעג באשרייבן אברהם אבראמאוויטש אפילו אויב איך שרייב נישט אז ווארהייט איז אברהם אבראמאוויטש.
דאס אז זיי זענען א רב מאכט זיי נאך נישט פאר פובליק מענטשן, עס איז דא דא אין לעיקוואד איבער 1500 אידן וואס רופען זיך אדער זענען אנגערופען דורך אנדערע אלס באקאנטע רבנים, אשר על כן זענען זיי פובליק?--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 18:36, 15 אין אפריל 2007 (UTC)
א רב וואס האט א שול אדער א קהילה אדער א שטעלע אויפן ציבור איז אנדערשט ווי די כולל אינגעלייט וואס רופן זיך ראביי. און אמת אויב די כוונה פון באשרייבן דעם אברהם אבראמאוויטש איז אלס נקמה איז דאס פארבאטן אויב איז דער אברהם ראבינאוויטש א פובליק פיגור ד.ה. ער איז א מוחאה שרייער אדער האט א קהילה אדער עני אנדערע שטעלע וואס ער איז א ראש פון א ציבור איז נישטא קיין שאלה אז ער איז פובליק און איך לאז אים באשרייבן--ווארהייט 23
49, 15 אין אפריל 2007 (UTC)
זיין איינגעשטעלט אין א ישיבה איז נישט קיין פובליק שטעלע, אויב יא איז דא איבער 50 ראשי חבורה אין לעיקוואד ישיבה, האבן א בית המדרש איז נאכנישט קיין פובליק שטעלע אויב יא איז דא איבער 150 רבנים אין לעיקוואד, אז איינער שרייט אן איינער וואס כאפט זיך אריין אויף די ראוד (CUT OFF בלע"ז) פון א צווייטען ווערט ער א מוחאה שרייער? און דערפאר א פובליק פיגור? איינער וואס האט א שטעלע אלס משגיח ביי אן אנדערענס הכשר איז נישט קיין פובליק פיגור, אויב יא האסטו איבער 3-400 משגיחים פון די עדה, עטליכע צענדליג פון וואלאווע, עטליכע צענדליג פון נירבאטור, עטליכע הונדער פון OU זיי זענען קיינער נישט פובליק.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 00:21, 16 אין אפריל 2007 (UTC)
פירן א קהילה איז נישט אריינקאטן אויפן ראוד. מאכסט ליצנות פון דיר אלייןס.--יודל 00:35, 16 אין אפריל 2007 (UTC)

שמוציגער ארוני סטאפ מעקן אין די וועלט אריין

רעדאַקטירן
  געערטער באנוצער! מיר לאדענען אײַן אלע זיך צו באטייליגן אין דער וויקיפעדיע און העלפן דאס צו פארבעסערן. אבער ענדערונגען וואס זוכן צו רעדוצירן די קוואליטעט פון דער ענציקלאפעדיע זענען וואנדאליזם און שטרענג פֿארבאטן. אזוי למשל די רעדאקטירונג וואס איר האט אדורכגעפירט. מ'האט צוריקגעדרייט צום פריערדיקן מצב דעם בלאט וואס איר האט רעדאקטירט, ממילא איז קיין שאדן נישט געבליבן. אבער טאמער האלט איר אן אין דעם שטייגער קען מען אייך בלאקירן פון וויקיפעדיע.


  • ווען איר ווילט מאכן א רעדאקטירונג פראבע, קענט איר מאכן דאס אין דעם זאמדקאסטן.
  • אויב איר האט געזוכט אן ארטיקל און אים נישט געטראפן, מ'קען איבערלאזן א בקשה אז עמעצער זאל אים שרייבן אין װיקיפּעדיע:בעטן ארטיקלען.
  • אויב פילט איר אז אייערע ענדערונגען זענען נישט אין כלל פון וואנדאליזם, ביטע ערקלערט אייער מיינונג אויף דעם שמועס בלאט פונעם ארטיקל.
    דו האסט מודה געווען [3] אז ר' אהרן טייטלבוים האט געהאט א חלק אין די שמוציגע פארשה פון אריינשליידערן א איד אין א שווערע נבלות'דיגע פרשה וואס זינט מעמד הר סיני האט נאך א איד אזא זאך זיך נישט דערוואגט צו טאן ווער רעדט נאך א רעביש קינד און א כלומערשטער רב בישראל רח"ל. און דאך ביסטו דערנאך נאכגעגאנגען דיינע פארטייאישע שוואכקייט און געמעקט די דערמאנונג דערופן און אהרן טייטלבויםס ביאגראפיע. [4]

איך בעט דיך נעם דיר דיינער ארונישע טעראר און מעק אפ גאנץ הייד פארק און אז דו ווילט קענסטו פארברענען דער איד אפיס אבער דא איז א אנציקלאפעדיע פריי פאר יעדן צו באשרייבן די אמת. דו האסט מודה געווען אז דאס איז אמת ממילא איז דיין גאנצער מעקעריי דא ארונישע שוואנצנות הער אויף ווייל דו דינסט נאר זלמן לייב מיט דיינע בעיבישקייטן. כל טוב. א פארווייטאגטער ארוני--עפשטיין 16:33, 16 אין אפריל 2007 (UTC)

נעמען פון די אידישע וועלט

רעדאַקטירן

ביטע נעם קער פון אייזאק, ער ברענגט אהער קאפי רייט זאכן, דאס טאר מען נישט טון לויטן געזעץ. יישר כח--יעקלראציגער 17:06, 27 אין אַפריל 2007 (UTC)

וועלכע חלק?--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 17:08, 27 אין אַפריל 2007 (UTC)
שמאלץ זאלסטיך נישט ווייגן דא צו קער נעמען. דאס איז א וויקיפעדיע וואס איר תוכן איז פריי נאכצוקאפירן.--יודל 17:09, 27 אין אַפריל 2007 (UTC)

דאס האט ער גענומען פון דא--יעקלראציגער 17:10, 27 אין אַפריל 2007 (UTC)

זייער גוט!--יודל 17:11, 27 אין אַפריל 2007 (UTC)

יודל ווייסט וואס דאס מיינט?  --יעקלראציגער 17:13, 27 אין אַפריל 2007 (UTC)

אידישע וועלט האט נאך נישט קיין CR POLICY און אלץ אזוינס קען דאס נישט ערשיינען דא.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 17:16, 27 אין אַפריל 2007 (UTC)
זיי זאגן בפירוש אז מען זאל אלעס קאפירן.--יודל 18:32, 27 אין אַפריל 2007 (UTC)
האסט א לינק? ווייל זייער לינק אונטער פון אלע בלעטער (ווי די קאפירייט וואלט געדארפט זיין) ארבייט נישט. א דאנק.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 19:04, 27 אין אַפריל 2007 (UTC)
דו ביסט דער בעל הבית פון יענער סייט לייג דו א לינק.--יודל 19:05, 27 אין אַפריל 2007 (UTC)

א דאנק פאר דיין ענטפער.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 19:07, 27 אין אַפריל 2007 (UTC)

ניטא פארוואס...--יודל 19:08, 27 אין אַפריל 2007 (UTC)

וואס וויל דער משוגענער יודל פון מיר

רעדאַקטירן

ער הייבט נישט אן צופארשטייען וואס א ראוטער איז, און ער סטראשעט מיך אז ער וועט מיך בלאקן --טעכניקער 19:16, 27 אין אַפריל 2007 (UTC)

צו דיר אלייןס איז גוט זאלסט רעדן--יודל 19:18, 27 אין אַפריל 2007 (UTC)
הערט ביידע אויף שרייבן, ווייל ביידע שרייבט איר נישט וואס דאס איז. עס איז נישט אינטערסאנט זיך ארומשלאגן אויב ביידע פון ענק שרייבן נישט ריכטיג.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 19:25, 27 אין אַפריל 2007 (UTC)
קען זיין ביזט גערעכט, אז איך האב עס נישט אזוי גוט ארויסגעברענגט, אבער דער וועג וויאזוי יודל פירט זיך אויף איז unacceptable, און וועל מער נישט דא שרייבן ווילאנג ער איז מנהל דא, איך האב מיך געוואלט נעמען שרייבן אסאך, ארויסצוהעלפן די זאך דא, אנקעגען די נייע וויקי, אבער פארפאלען יודל האט מיך פארטריבען. --טעכניקער 19:57, 27 אין אַפריל 2007 (UTC)

מען נעמט נאכאמאל פון די אידישע וועלט

רעדאַקטירן

דער ארטיקל, איז גענומען פון דא, עס איז געשריבן געווארן היינט, בשעת יענע ארטיקל שטייט שוין אפאר טאג. עס פעלט אונז נישט אויס דא קיין ארטיקלען פון דארט, זאל יעדער לעבן פאר זיך, עס איז איבערהויפט נישט לעגאל אריינצוגיין אין יענעמס סייט און נאכקאפיען זאכן צום וויקיפעדיע. ביטע נעם קער דערפון, א גרויסע יישר כח.--יעקלראציגער 13:53, 1 מיי 2007 (UTC)

איבער דיין שטימע

רעדאַקטירן

פון דיין שטימע קען מען פארשטיין אז דו רעדסט וועגן מיר און נישט וועגן זלמן. ווייל דו שטימסט אין זיין זייט. ►רוני◄ 23:42, 9 מיי 2007 (UTC)

איז דאס יעצט בעסער?--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 01:58, 10 מיי 2007 (UTC)
OK ►רוני◄ 09:27, 10 מיי 2007 (UTC)

די אידישע וועלט

רעדאַקטירן

ביטע שטימט דא איבער די אידישע וועלט ארטיקעל דא איבער די אידישע וועלט

שטימט דא ביטע

רעדאַקטירן

בילד רעדן:Wiki.png. ►רוני◄ 14:12, 29 מײַ 2007 (UTC)ענטפֿער

די וואלן גייט אריבער דא

רעדאַקטירן

שרייב דארט אפאר ווערטער. ►רוני◄ 00:21, 2 יוני 2007 (UTC)ענטפֿער

באנוצער שמאלץ ביטע שפיל נישט מיט אונזערע געפילן

רעדאַקטירן

קום אהער דא פליז, און נישט קום אן ווי א שיינע איד און זאג אז דו ביסט גרייט צו ווערן מנהל. שפיל נישט קיין באהאלטן פליז.--אלזוז 17:43, 7 יוני 2007 (UTC)ענטפֿער

ביטע שטימען די נייע וואלן אין די קומענדיקע וואך

רעדאַקטירן

ליינט פריער אויס די געזעצן. שטימט דא. ►רוני◄ 21:24, 14 יוני 2007 (UTC)ענטפֿער

ביטע שטימען קעגן רוני ער וויל דא צווינגן די ייוו"א אידיש און אסרן אלע אנטי-ארוינישע און סעקס ארטיקלן. ער קען זיין פון דיין פארטיי אבער ראה הזהרתיך צענזור איז נישט גוט, ווייל מארגן קען מען דאס נוצן קעגן דיר אליין'ס. ביטע זיך איינהאלטן דעם רייץ צו מאכן דא רוני גרויס. ער איז שוין געווען דא א פירער און מען האט אים געבלאקט פון די פאונדאוציע אפיס, הגם ער איז שוין זיכער קליגער זאלט איר אבער וויסן אז ער איז א סכנה פאר פרייהייט פון אינפארמאציע. טוט וואס איר פארשטייט. און א גרויסן שכוח פארן זיך מיטיילן דא. מיר וועלן איבערלעבן אלע שוועריגקייטן אזוי ווי ביז איצט ווייל וויקיפעדיע האט איין ציל און עיקר וואס קיין איין וואנדאל קען נישט חרוב מאכן. מיר האבן ברוך ה' א כוח פון א רבים קעגן די פירער און דאס וועט אייביג אנהאלטן. כל טוב.--יודל 21:37, 14 יוני 2007 (UTC)ענטפֿער

שטימען פאר זיך

רעדאַקטירן

איך האב געקלערט פון מאכן אז ביי די וואלן גופא זאל יעדער פון די נאמינירטע מוזן שטימען פאר א צווייטן, און נישט פאר זיך, און אזוי ארום וועט מען זען ווער עס איז טאקע מרוצה לקהל. איך וויל הערן דיין דעת דערויף, וואס זאגסטו דערצו?--למדן 20:07, 15 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

איך מיין אז מען זאל ארויסשטעלן 2-3 קאנדידאטן אויף אמאל און זעהן ווער עס קען אניאגן 75%. אויך אז מען זאל דארפן נאמאנירן די קאנדידאטן ערשט, און מיט א פשוטע רוב זאל איינער קענען לויפן.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 20:27, 15 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
דאס האט א שטיקל פראבלעם, ווייל דו וועסט אינערגעץ נישט אנקומען, קוים וואס מיר האבן צוזאמענגעשלעפט די אכט וואלן פאר רוני. אין אונזער מצב קען איין איינציגער באנוצער זיין א 20% באשלוס. - אזוי מיין איך--למדן 20:32, 15 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
הגם איך קריג זיך נישט מיט דיר, אבער דאס מוז זיין אזוי, 75% עס קען נישט גיין אנע דעם. און פינקט ווי רוני איז אנגעקומען קענען אנדערע אנקומען. דאס איז אויך איינע פון די סבות וואס איך האב פארגעשאלגן אז די דאטוםס מוזן בלייבן די זעלבע (May 15, and 100 edits to June 14).--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 20:35, 15 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער
ביסט גערעכט! :)--למדן 20:36, 15 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

ביטע קאמענטיר דא

רעדאַקטירן

דא. יישר כח  

--למדן 13:43, 22 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

ביטע געב אן דיין דעה דא

רעדאַקטירן

האלטסטו אז מען דארף אויסמעקן אזאלכע אדער אזאלכע ארטיקלעך?--למדן 22:30, 22 יולי 2007 (UTC)ענטפֿער

Sorry

רעדאַקטירן

Hello שמאלץ.

I am sorry that I vandalized the Yiddish Wikipedia in May 2007 ([5]). Thank you for keeping Wikipedia clean.

71.174.226.117 19:52, 18 אָקטאָבער 2007 (UTC)ענטפֿער

יא שמאלץ קענסט צוריקומען מיר זענען אלע איצט גרייט צו האנדלן מיט דיר.--יודל 19:54, 18 אָקטאָבער 2007 (UTC)ענטפֿער


איבער איין געשרייבעכץ

רעדאַקטירן

וויל איך דיר עפענטליך באדאנקען, כאטש עס האט א קליינע ווערט, ווען דו ווייסט נישט ווער עס באדאנקט דיך, דאך וויל איך דיר באדאנקען אויף יענע הערליכע שרייבעכץ, וואס אויף דעם שטייט יש קונה עולמו בשעה אחת, תזכו למצות מתוך נחת והרחבת הדעת, דרך אגב לויט יענע שרייבעכץ גלייב איך נישט אז דו וואוינסט טאקע אין לעקוואד, עס מוז זיין אז קענסט די פאקטען אסאך נענטער ווי לעקוואד, - יעצט צום שלוס, אויב דו ביזט קלוג, טרעף ווער פון די שרייבער איך בין, און שרייב מיר צוריק אויף מיין בלאט --162.84.130.157 01:23, 12 נאוועמבער 2007 (UTC)

איך געס דאס איז שמאלץ אליין'ס אדער איינער פון די אנדערע ניקס וואס זיי זאגן זיי פאר יעדן ווי זיי וואונען אויף וויקיפעדיע, ווייל קיינער קערט נישט און גלייבט נישט ווי מ'וואונט אז מען זאגט פאר וויקיפעדיע אז מ'וואונט דארטן און דארטן.--יודל 13:52, 12 נאוועמבער 2007 (UTC)

לעיקוואד

רעדאַקטירן

נישט נאר דו וואונסט נישט דארטן נאר דו האסט נישט אריינגעטרעטן דארטן. דאס איז דער סיבה פון דיין צוריקדרייען דא אומוויסענדערהייט אפשר זאגסטו מיר וועלכער רב האט א גרעסערע שול ווי עטרת ישעי' אין לעיקוואד?--יודל 00:11, 14 נאוועמבער 2007 (UTC)

גיסינגער האט א גרעסערע שול. בית מדרש גבוה איז גרעסער. די נייע וועסטגעיט (נאך אינמיטען בויען) וועט זיין גרעסער. סקווירא בית מדרש איז גרעסער. זכרון שניאור האט פונקט אזויפיל מתפללים, הגם קלענער אין שטח. די אלע אויבערדערמאנטע האבן מער מתפללים אויך. עס איז דא נאך איך געדענק נאר נישט אויף די מינוט.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 00:17, 14 נאוועמבער 2007 (UTC)
סקווירא איז נשיט גרעסער. בית מדרש גבוה האט נישט איין רב. און ער האט א געווענליכער מנין 500 מתפללים וואס זענען פארברענט פאר אים ווי חסידים צו א רבי וואס איז נישט קיין געווענליכער זאך ביי ליטוואקעס. ער איז אויך א מחבר פון פילע הלכה ספרים און אנערקענטער פוסק. שכוח פארן ארויסזאגן פאר יעדן אז דו ווייסט נישט בחייכון פון לעיקוואד.--יודל 00:21, 14 נאוועמבער 2007 (UTC)
ביסט זיכער נישט 50000?--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 00:31, 14 נאוועמבער 2007 (UTC)
יא סקווירא חסידים אין לעיקוואד האט מער מסתמה פינעף מיליאן, באלד אזויפיל וויפל חב"ד מיט תורה ודעת אין וויליאמסבורג האבן...--יודל 00:33, 14 נאוועמבער 2007 (UTC)
חסידים ווייס איך נישט, אבער די בית מדרש איז פול.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 00:52, 14 נאוועמבער 2007 (UTC)

ביסט מנהל צו נישט?

רעדאַקטירן

שלום עליכם, איך בין שוין לאנג נישטא געווען, יעצט ביים אויסקלינען מיינע פעיוואריטס האב איך אריינגעסטאפט דא. זאג מיר, ביסט צום סוף געווארן מנהל נאך יענע ביטערע מערכה וואס דו האסט געפירט? אדער איך האב יא עפעס אויפגעטון און ביסט געבליבן אויפן זעלבן שטאפן ווי איך אין וויקיפידיע?--יעקלראציגער 15:11, 1 ינוואר 2008 (UTC)

Dear friend please come to ‎« שמועס »‎ to see if we can use this channel as a place for Yiddish chats. This form should work at ‎װיקיװערטערבוך‎ when you are using Firefox, Konqueror or Opera. Unfortunatelly if does not work yet in Internet Explorer.‎
Please search in ‎װיקיװערטערבוך:הויפט זייט‎ at the seventh item in נאוויגאציע.‎ It is ‎« שמועס »‎.‎ I assume that you agree to add such an « שמועס » item at װיקיפּעדיע to נאוויגאציע as soon as our friends m:n:en:user:bawolff ... have fixed the code. Please do not hesitate to write your comments in the comment section.‎
Please make proposals about translating of the text / help: Only Latin characters and Latin numbers are allowed as « Your Nickname: » . Exceptions are « tekhniker|avek » , « ales-viser » etc. Please add some explanations about accessing the channel « #kavehoyz » by using the page chatwikizine: One should select the channel « #kavehoyz » from the channel list, select a Nickname and hit enter. All other fields are optional.‎
Thanks in advance and Good luck! Best regards
‫·‏לערי ריינהארט‏·‏T‏·‏m‏:‏Th‏·‏T‏·‏email me‏·‏‬

Sorry

רעדאַקטירן

I'm sorry for the vandalism --Olando 12:55, 2 יולי 2008 (UTC)ענטפֿער

מעק נישט אויס

רעדאַקטירן

מעק נישט אויס די סיפורי מעשיות. פיר זיי אריבער צו וויקיביבליאטעק, מיט א ווענדונג פון דעם ארטיקל נחמן מברסלב. --Israel 07:46, 28 סעפּטעמבער 2008 (UTC)ענטפֿער

צום נייעם יאר

רעדאַקטירן

א כוה"ט! --פוילישער 21:39, 28 סעפּטעמבער 2008 (UTC)ענטפֿער


שאפן אן אויטאפאטראלירטער גרופע

רעדאַקטירן

מען זוכט אייער דעה וועגן שאפן אן אויטאפאטראלירטער גרופע. א דאנק! --פוילישער 06:44, 7 יוני 2012 (UTC)ענטפֿער

לכבוד דעם נייעם יאר

רעדאַקטירן

א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר! --פוילישער 07:38, 16 סעפטעמבער 2012 (UTC)

באלד 10,000 ארטיקלען — העלפט צו!

רעדאַקטירן

די יידיש וויקיפעדיע האלט אצינד גאנץ נאנט צו 10,000 ארטיקלען. זייט אזוי גוט און הייבט אן א פאר נייע ארטיקלען כדי מיר זאלן קענען אריבערגיין דעם שוועל. --פוילישער 23:41, 24 יאַנואַר 2013 (UTC)ענטפֿער

From a fellow New Jerseyan (Highland Park): a Main Page question

רעדאַקטירן

Hi. I left a question on the Community Portal page, but you might well be able to answer it. The question is here.

א גוטן שבת און א גוטן מועד. StevenJ81 (רעדן) 21:41, 29 מערץ 2013 (UTC)ענטפֿער

שלום עליכם, דרושה עזרתך

רעדאַקטירן

ראיתי שהעלית לשרת המקומי כאן את התמונה Nazir.jpg של הרב דוד כהן הנזיר עליו השלום. יש לנו בעיה בויקיפדיה העברית; התמונה אינה נחשבת בה כחופשית, ולכן לא יכולה להופיע בערכים שונים הקשורים ברב (מלבד הערך העוסק ברב עצמו). תוכל בבקשה להצהיר כאן כי התמונה אכן חופשית (או לחלופין להעלותה בעצמך לשם?). בתודה. Ben-Natan (רעדן) 03:33, 2 יולי 2014 (UTC)ענטפֿער