באַניצער רעדן:רוני/אויגוסט ארכיוו 2007
איך וויל מיט דיר רעדן
רעדאַקטירןביטע קום ארויף אויף גוגל. --משגיח 14:13, 1 אױגוסט 2007 (UTC)
בלאק יודל נאכאמאל
רעדאַקטירןער איז קוים צוריק, און קוק וואס ער האט שוין אלס געטון. --משגיח 16:27, 1 אױגוסט 2007 (UTC)
- איך האב ברוך ה' געטאן נאר צו פארעכטן די אידישע וויקיפעדיע.--יודל 16:31, 1 אױגוסט 2007 (UTC)
- מחרחר ריב. --משגיח 16:32, 1 אױגוסט 2007 (UTC)
- ביטע זיך האלטן צו די פאליסיס פון זיך אויפירן מענטשליך און נישט אנרופן פערזענליך שפעט נעמען פון אנדערע באנוצער. איך בין גרייט צו הערן אלע קריטיק וואס דו האסט אויף מיר. וואס האב איך שלעכט געטאן?--יודל 16:35, 1 אױגוסט 2007 (UTC)
- די גרעסטע עוולה איז אז די ביסט א מחרחר ריב, ס'איז נישט א שפעט ווארט ס'איז די נאמען פון א געוויסע התנהגות. --
- ביטע זיך האלטן צו די פאליסיס פון זיך אויפירן מענטשליך און נישט אנרופן פערזענליך שפעט נעמען פון אנדערע באנוצער. איך בין גרייט צו הערן אלע קריטיק וואס דו האסט אויף מיר. וואס האב איך שלעכט געטאן?--יודל 16:35, 1 אױגוסט 2007 (UTC)
- מחרחר ריב. --משגיח 16:32, 1 אױגוסט 2007 (UTC)
משגיח 16:40, 1 אױגוסט 2007 (UTC)
בלאק יודל נאכאמאל
רעדאַקטירןThank u, if I can help u with spanish, german, italian or english ill collaborate with u
--HAL9000 13:54, 5 אױגוסט 2007 (UTC).
וויאזוי קומט דער אידישער שפראך
רעדאַקטירןאיך האב זייער ליב די יידישע שפראך און דעם געדאנק פון דער וויקיפעדיע, אבער איין זאך צארנט מיר געפערלעך, פארוואס זאלן די מיטגלידער נישט מסכים זיין זיך פארלאזן אויף א יידיש-ווערטערבוך (צי פון ייוו"א אדער פון דוד כץ אדער אן אנדערער לינגוויסטער) און שרייבן כאטש מיט א קארעקטן יידיש, אדער לכל הפחות לאזן פאר די וואס ווייסן - פארעכטן. אזוי שרייבט מען אן ענציקלאפעדיע??? מיט אויסגעטראכטע ווערטער??? וועלכער פנים וועלן מיר האבן אויב אונדזער וויקיפעדיע טויג אויך נישט מיט אזא פשוטע פארלאנג ווי צו שרייבן קארעקט??? - על אלה אני בוכיה...ואין מנחם... (רוני'ס קלאג ליד).
- טייערער רוני איך האב אפגעמאכט זאגן מיין מיינונג בנוגע דער אידישע שפראך, ווייל איך זעה אין דער צוקוקפט וועט מען נאך האבן חילוקי דעות אין דעם ענין.
עס איז שוין אסאך מאל ארויסגעברענגט געווארן אז אידיש ווערט גערעדט פארשידענארטיג, געוואנדען פון וועלכער מדינה מען קומט, ייוו"א און דוד כ"ץ איז אויך א אידיש וואס זיי קענען לויט פון ווי זיי קומען, זיי האבן זיך אויסגעארבייט פארשידענע כללים וואס איך קען נישט, איך און רוב שרייבער פון דא קענען נישט קיין אנדער אידיש, נאר די וואס מיר שרייבן, די רופטס אונדער אידיש "נישט קיין קארעקטן יידיש", פארוואס איז עס נישט קארעקט, ווייל די קענסט א צווייטער אידיש, צו ווייל ייו"א האט א צווייטער אידיש ?, איך האלט אז מיין אידיש איז פונקט אזוי ווי יענעמס אידיש. איך זעה נישט פארוואס איך זאל גיין אין סקול זיך אויסלערנען די אידיש וואס דוד כ"ץ ווען כמעט אלע אידיש רעדענדיגע מענטשן רעדן נישט ווי איהם, און פארשטייען אפילו נישט וואס ער רעדט.
לאזן פארעכטען ? פארעכטען וויאזוי ? פארעכטען וואס ? אין ענגליש זאגט מען "אויב עס נישט צובראכן ביטע פארעכט עס נישט",
חבר מיינער וויש אפ דיינע טרערן און הער אויף צו וויינען פארוואס מען שרייבט נישט "דיין" אידיש, נאר "א צווייטער" אידיש.--יודישער שרייבער 22:58, 8 אױגוסט 2007 (UTC)
- די שאלה איז נישט וועגן "מיין" יידיש. דאס פראבלעם איז אז די אמעריקאנער שרייבן ענגליש מיט יידישע אותיות, און צוליב דעם וועלן מיר נישט האבן נייע מיטגלידער חוץ פון די סאטמארער. נישט איינער און נישט צוויי און אויך נישט דריי האבן מיר געזאגט אז זיי באטייליקן זין נישט אין דער וויקיפעדיע אלצן צוהאקטן יידיש. דער יידישער פארום אין תפוז איז פול מיט אט די מעלדונגען. וועמען איך בעט צו קומען צו דער וויקיפעדיע ענטפערט מיר אז עס איז אים שווער צו לייענען ענגליש מיט יידישע בוכשטאבן. איך רעד נישט ח"ו פון שרייבן א יידיש וואס מען פארשטייט נישט. איך האלט אויך אז מען זאל שרייבן גאר א נידריקע קינדערישע שפראך אבי זאלן אלע פארשטיין (איבערהויפט אז איך אליין קען נישט שרייבן א פארטגעשריטענע יידיש) אבער למשל אזעלכע ארטיקלען ווי ווערהאוז וואס א סך זיינען געראטן צו איר איז פאר מיר אומפארשטענדלעך. איך בעט בסך הכל מען זאל איבערזעצן די ענגלישע ווערטער אויף יידיש. דארפסט פארשטיין אז איך בין נישט מיטגליד אין דער וויקיפעדיע כדי אויפצובויען אן ענציקלאפעדיע פאר א באגרענעצטע געמיינדע וואס רעדן יידיש אין אמעריקע. די אינטערנעט אין פול מיט יידיש. עס איז דא צענדליקע אקטיווע פארומען און גרופעס, הונדערטע וועבזייטן. פארוואס בלייבן מיר דא די גאנצע צייט מיט די זעלבע באניצער? אומעטום וווּ מען רעדט יידיש בארעדט מען דעם וויקיפעדיע איבער דעם ענין. גיי אריין למשל אין יודלס ארטיקלען וועסטו זען אז אלץ איז ענגליש. למשל "וואסער איז א כעמיקאל סובסטענץ וואס איז אימפערעטיוו צו אלע פארמס צום לעבן". איך פארשטיי דאס ניט. און דרך אגב, ייווא איז יא א קארעקטן יידיש "צו שרייבן", יעדע שפראך האט כללים. דאס וואס רוב פרומער ציבור אינטרעסירט זיי נישט לינגוויסטיק (אזוי ווי ס'אינטרעסירט זיי נישט א ענציקלאפעדיע מיט וויסנשאפטן, היסטאריע אד"ג) זאגטס עס נישט אז יידיש איז נישט קיין שפראך "צו שרייבן". מן הסתם קוקן מיר אויף דער וויקיפעדיע אויף צוויי באזונדערע וועגן. בכל אויפן דיין יידיש איז ווונדערבאר. ►רוני◄ 00:37, 9 אױגוסט 2007 (UTC)
- אויב עס צארענט דיך אז מען מישט אריין ענגעלישע ווערטער אין דער אידישער שפראך, בין איך מיט דיר אויף די זעלבער בלעטעל, איך האלט ווי די אז ביסט גערעכט, דאס הייסט איך וויל אויך אז דא זאל זיין ווי מער גערעדט אידיש נישט קיין צווייטער שפראך, אבער איך מיין אז די וואס ווילין זיך נישט באטייליגן אין דעם וויקי פון וועם די רעדטס, זיי ווילין נישט ווייל עס איז גערעדט חסידיש-אידיש, זיי זיכן זיך אפצורייסן פון דעם חסידיש אידיש, זיי זוכען ייו"א אידיש, דאס איז שווער פאר מיר, איך ווייס נישט וויאזוי מען וועט קענען צוזאמען ברענגן די צוויי וועלטן. --יודישער שרייבער 04:25, 9 אױגוסט 2007 (UTC)
- דאס באדערט מיר נישט צי מען זאגט געוועיינטלעך צי געוויינטליך. דאס האט מיר קיינמאל נישט געבאדערט. (אויסער דאס ווארט יידיש האב איך געוואלט זאל זיין אזוי ווי עס איז אנגענומען אפילו אויף ענגליש YIDD און העברעיש ייד, און זאגן איד איז אין מיינע אויגן נאכגעגאנגען די תאווה פון "שרייבן ווי מען רעדט"). און אזעלכע יידישע ווערטער וואס מען ניצט שוין היינט נישט שטארק אין סאטמאר קען מען שרייבן נאכן ווארט ארומגענומען (אין קלאמערן) דעם טייטש אויף ענגליש. איך אלס ארץ ישראלדיקער איז דא אויך א סך יידישע ווערטער וואס איך קען נישט, אבער דערפאר גיי איך נישט שרייבן אויף העברעיש, נאר איך לערן מיך אויס די נייע ווערטער. איך קוק אין דעם ווערטערבוך (איך וועל טאקע באלד צוריקלייגן דער לינק ביי דער מעניו) אדער אין גוגל וכד'. ►רוני◄ 07:12, 9 אױגוסט 2007 (UTC)
- די פראבלעם פון ענגלישע ווערטער אין אידיש וועט לכאורה ווערן אויס פראבלעם מיט די צייט, ווייל אידיש איז גערעדט געווארן אין פארשידענע ערטער אויף פארשידענע אופנים, אין רוסלאנד האט מען גערעדט רוסיש אידיש, און אונגארן האט מען גערעדט אונגאריש אידיש א.א.וו. אפילו אין לשון הקודש האט זיך מיט די צייט ארייגעכאפט פרעמדע ווערטער וואו למשל למאי נפק"מ אפילו אין די היינטיגע עברית וועלעכע הייסט קלאמפיש א קארעקטער לשון קודש איז אויך דא אסאך ווערטער פון פרעמדע שפראכן, (למשל בעיה איז א רומישע ווארט, אוטו ביפר וכו') אפגערעדט פון אסאך ענגלישע ווערטער וועלעכע פארמאגן א חשובע פלאץ אין עברית, דאס קומט ווייל יעדע שפראך (אפי' ענגליש) טוישט זיך אין לויף פון די יארן, אין אלע שפראכן און מדינות וועלן זיין קארעקטע רעדענדע אבער געווענליך איז די רוב די וואס פירן אויס, און אין אידיש אוודאי, די קארעקטע אידיש פון וואס די רעדסט גייט אינטער, די וואס ניצן יענע כללים ווערן ווייניגער און ווייניגער און די וואס רעדן די "סאטמארע" אידיש ווערן מער און מער. ס'איז קיין ספק נישט אז אין נאך 20-30 יאר וועלן זיין אפשר אפאר געציילטע וואס וועלן רעדן קארעקטע אידיש בעיקר ווייל זיי רעדן צו די קינדער אויף אנדערע שפראכן און זייערע קינדער קענען נישט קיין אידיש. קוק אריין אין דעם תפוז פון וואס די רעדסט וועסטו זען וואו געוויסע פרעגן "איך זיך א אידישע פילם פאר מיין טאטע ווייל ער קען אידיש, וועלעכע זאל איך זיכן און וואו זאל איך זיכן" די שרייבער פון די סארט שאלות קענען נישט קיין אידיש אפילו זייערע עלטערן קענען נאר די "קארעקטע אידיש" און וועלן שווער פארשטיין וואס א סאטמארער בעלזער וויזניצער אדער אפילו די פרימע ליטוואקעס רעדן. אזוי אום וועט די "קארעקטע אידיש" סייווי פארגעסן ווערן.
- אפילו אויב די קוקסט אויף די חסדים אליינס לאמיר נעמען א דוגמא צאנז, היינט פארופן זיך די גרעסטע חסידישע הויפן אויפן נאמען צאנז, למשל, סאטמאר באבוב קלויזענבורג און נאך, אויב וועסטו אריינקוקען אין ספרים וועלעכע ברענגען מאמרים פון צאנז'ער רב זצ"ל וועלעכע ער האט געזאגט אויף אידיש (קוק און חמדה גנוזה - האלבערשטאם י-ם, און נאך) וועסטו זעהן אז צאנזער רב האט גערעדט א אידיש וואס די היינטיגע צאנז'ע פארשטייען בכלל נישט, גוב א קוק וועסטו זעהן אז די קלויזענבורגע און באבובע רבי'ס וועלעכע זענען בן אחר בן'ס פון צאנז'ער רב ז"ל רעדן אינגאנצן אן אנדער אידיש און זיי פארשטייען בכלל נישט דעם זיידענס אידיש.
- עס איז דא אסאך צו שרייבן וועגן די נושא, אבער איך מיין אז איך האב בארירט די הויפט נקודות, צום שליס, די "קארעקטע אידיש" איז נישט אין באטראכט, ווייל די וואס רעדן דעם אידיש זענען א קליינע מיעוט, אבער לגבי די חילוקים פון אידיש צווישן די אמעריקאנער אין א"י היימישע איז דא א פראבלעם, אבער די פארבלעם האט נישט קיין לעזונג, ווייל א וויזניצער פון ב"ב וועט אויך שווער פארשטיין א ר' אהראלע. אין פופציג יאר ארום קען גאר די סאטמארע אידיש הייסן די קארעקטע ווייל אידיש ווען דאן האבן גאנץ אן אנדער אויסזעהן. איך האלט אז מען דארף שרייבען לויטן רוב אפילו ס'איז פארגרייזט ווייל רוב איז קובע אין נישט א יחוד וואס שרייט איר מאכט א טעות, דער יחיד וועט הייזעריג ווערן און די רוב וועט מנצח זיין סייווי. אויב שרייבן מיר די ענציקלאפעדיע מיט א קארעקטער אידיש מיינט דאס אז אין נאך 20-30 יאר וועלן זייער ווייניג איר ליינען און פארשטיין.
- בנוגע די אידישע רעדנער פון תפוז וואס פארשטייען נישט די אידיש דא, קען טאקע זיין אז די האט'ס געטראפען עטליכע אזעלעכע אבער זיי זענען אסאך ווייניגער וואו די חסידים, און מען קען קיין אידישע ענציקלאפעדיע בויען דורך מענטשען וואס אידיש איז נישט זייער שפראך (דאס וועסטו אויך מסכים זיין אז זייער שפראך איז עברית נאר גראדע קענען זיי אידיש, פאר די חברה פעלט אסאך מער אידישע ווערטער וואו פאר די סאטמארע בעלזא קלויזענבורגע וכו'. דרך אגב אין עברית ("קארעקטע לשון קודש") איז דא א ווארט חמסין די ווייסט אפשר די מקור פון די ווארט און פון וועלעכע שפראך דאס קומט? --משגיח 13:55, 9 אױגוסט 2007 (UTC)
חמסין איז פון אראביש. און לגבי דיין לאנגע דרשה, מיר האבן אויך גערעדט וועגן אט די חילוקים צווישן ארץ ישראל מיט אמעריקע. איך האב געשריבן אויבן אז איך האלט אויך נישט פון שרייבן א פארגעשריטענע יידיש, ווייל רוב רעדנער וועלן דאך נישט פארשטיין. אבער שרייבן אן ארטיקל מיט א סך ענגליש מיט יידישע אותיות אָן לאזן דאס פארעכטן, בין איך שטארק דערקעגן. ►רוני◄ 16:48, 9 אױגוסט 2007 (UTC)
- זעהט אויס אז די האסט נישט געהאט קיין געדולד צו ליינען מיין "לאנגע דרשה" ביטע נעם אפאר מינוט און ליין דאס דורך געדולדיג. אזוי ווי חמסין איז אן אראביש ווארט און דאס איז אפיציעל אריין אין עברית אזוי אויך זענען פארהאן ענגלישע ווערטער וואס זענען אריין אין אידיש, און דאס איז 100% לעגיטים. (למשל קאר, באס וכדו'), בנוגע דאס אז בני אר"י וואס רעדן אידיש פארשטייען נישט די אדער יענע ווארט האלט איך אז מען זאל דאס צולייגען אין סוגריים לדוגמא:
א בעיגל (לחמניה) איז געווענליך רונדיג און די ברכה איז א מזונות, עס ווערט בעיקר גענוצט אלס א שנעלע סעודה'לע ווען מען וויל זיך נישט וואשען און בענטשען וכו'.
פרענק פוטער (נקניק) איז צוזאמען געשטעלט פון אפ-פאל פון פלייש וכו'
א היטש (טרמפ) ווערט גענוצט דורך די וואס פארמאגן נישט קיין קאר (אוטו-רכב) און דארפן וכו'
זעה דא א לעבעדיגע דוגמא [1] איך האלט אז דאס איז די בעסטע וועג, סיי וועלעכע אנדערע פארשלאגען האבן נישט געברענגט די ריכטיגע רעזולטאטען (תוצאות).
--משגיח 17:12, 9 אױגוסט 2007 (UTC)
- זיי מיר מויחל איך קען נישט מסכים זיין צו אזוינע רייד. אויב דו מיינסט אז נאר אין וויליאמסבורג רעדט מען יידיש, האסטו א גרויסן טעות. וטעות לעולם חוזרת. א קאר, א היטש און א פרענק פוטער איז נישט יידיש (אפשר ענגליש) אן אויטא, א טרעמפ און א וואורטש איז יא יידיש. און פאר די וואס ליידער ווייסן נישט זאלן זיך העלפן מיט די קלאמערן, ווייל ביים שרייבן אן ענציקלאפעדיע דארף מען פארט אינזינען האבן עם הארצים אויך. ►רוני◄ 18:15, 9 אױגוסט 2007 (UTC)
- משגיח, די געסט גערעכט פאר די חסידים הונדערט פראצענט, די האלטס הונדערט פראצענט אז דא מיז געשריבן ווערן מיט א "היימישער אידיש", ווייל דאס איז דער אידישער שפראך היינט צוטאג'ס, און דאס וועט בלייבן דער אידישער שפראך, דיין פראבלעם איז נאר דער חילוק פון א ארץ ישראל היימישן אידיש ביז א אמעריקאנער היימישן אידיש, פאר מיר געפעלט אויך אז דער וויקי זאל זיין אזוי.
- אבער איך האלט אז אין דער ענדע וועלן זיין אסאך נישט "היימישע" אידיש אידן, וואס וועלן זיך מער באנוצן מיט דעם וויקי ווי דער היימישער איד. פארוואס ?
- פארשטיי גוט דער אונטערנעט איז טריפה ביי היימישע אידן, זייער אסאך רעכענן זיך נישט דערמיט אזוי ווי אונז אלע, עס איז זיכער אז מיט דער צייט וועט ווערן מער און מער "היימישע" באנוצער, אבער פון די אנדערע זייט די עטליכע טויזענט ייווא אידישער רעדענדיגע מענטשן, זענען כמעט אלע געלערענטע מענטשן, זיי לערענן די אידישע שפראך ווייל זיי זענען מער געלערנט ווי א דורכשנטיליכער מענטש, דעריבער מיין איך אז פאר די הצלחה פונעם וויקי, וואס איז א אינפארמאציע צענטער פעלט זייער וויכטיג אויס אז די ייו"א אידן זאל אנטייל נעמען און דעם פראיאקט ווייל זיי ברענגן אריין די אינפארמאציע, בכלל אין דורכשניטלעך איז ייו"א איד מער באקאנט אין דער וועלט ווי א איד פון בארא פארק, מאנסי וכו', ווייל זיי האלטן מער מיט די נייעס לעבעדיג ווי אונז, זיי לערענן אין קאלודזש און אסאך פון זיי זענען סטודענטען, איך זעה דער פראבלעם שטארקער ווי די, און איך האלט נישט אז עס וועט אזוי שנעל "ווערן אויס פראבלעם מיט דער צייט" (לשון המשגיח).
אלענפאלס דאס איז אבער זיכער, און איך מיין יעדער זאל מודה זיין דערצו, אז ווען מען שרייבט זאל מען זיך קאנצטעטרירן מער צו שרייבן אידישע ווערטער, נישט קיין לשון קודש, און נישט קיין ענגליש, דאס איז א אידישער וויקי, מיר דארפן שרייבן אידיש, אפילו עס קומט אמאל אויס אז מען קען זיך שפארן אסאך ווערטער צו שרייבן אויב מען שרייבט א לשון קודש- ענגליש ווארט, דאך דארפן מיר פרויבירן צו שריין אידיש.
- אין באצואונג מיטן ווארט אידיש אדער יידיש, האלט איך ענדערש פון אידיש, נישט יידיש, ווייל אזוי האט מען גערעדט אין אלע יאהרן אזוי איז אנגענומען אין אלע ספרים, אלע אידישע ביכער, אלע מעשה ביכלעך, איך מיין מען וועט נישט טרעפן אין א ספר פונעם אמאליגען הונדערט יאהר דאס ווארט יידיש, נאר אידיש, איד, א. א. וו.
--יודישער שרייבער 18:17, 9 אױגוסט 2007 (UTC)
- וויבאלד עס זיינען דא טאקע פראפעסארן (ווי למשל דוד כץ) וואס שרייבן אויך אידיש, קען מען אפשר זאגן אז אידיש איז בדיעבד אויך גוט. כאטש וואס לדעתי דארף מען זיך יא אנענגען צו דעם אנגענומענעם כלל שפראך. ►רוני◄ 18:49, 9 אױגוסט 2007 (UTC)
- רוני יעצט האסטו אויפגעמישט דעם פראבלעם, מיר האבן מיינוגס דיפרענצען צו אידיש אדער יידיש, איך ברענג דיר ראיות פון די אמאליגע היסטארישע שפראכע קענער, פון די היינטיגע אידישע רעדענדיגער מענטשן, און די ביזט מסכים צו אידיש נישט ווייל עס קומט אזוי, נישט ווייל רוב רעדן אזוי, נישט ווייל מען האט ביז היינט אזוי גערעדט, נאר ווייל עס איז א פראפעסער וואס שרייבט "אידיש", און דערפאר קען מען אהנעמען "בדיעבד" אידיש, און די ברענגטס מיר ראיות פון א פראפעסער, אויב גייט נאכן פראפעסער איז רוב אידישער ארטיקלען אינעם וויקי נישט אויסגעהאלטן, דאס איז דער גרעסטער פראבלעם, די אידישע שפראכע לעבט ווי קיינמאהל פאר דעם ביי די חסידישע ליטווישע פרומע קרייזן, און איך מיז זיך צוהערן וואס עטליכע פראפעסארן מאכן אפ,--יודישער שרייבער 19:06, 9 אױגוסט 2007 (UTC)
- טייערער שרייבער, איך זאג בסך הכל ארויס מיין מיינונג, עס איז זייער פארשטענלעך זאלסט נישט האלטן ווי מיר. און ווי איך האב שוין פריער געזאגט אז מן הסתם קוקן מיר אויף דער וויקיפעדיע מיט צוויי באזונדערע וועגן. דאס וואס מען האט אמאל געשריבן אידיש איז מיר נישט אינטרעסאנט. מיר איז אינטרעסאנט ווי אזוי האט מען באשטימט צו שרייבן היינט. און איך בין יא' מכבד די פראפעסארן כאטש וואס אין פיל זאכן האבן זיי גענומען פון א יידיש וואס איז נישט באקאנט פאר מיר. זיי האבן בעצם אויסגעמישט עטלעכע דיאלעקטן/אויסלייגן צוזאמען. אזוי ווי העברעיש האט אויסגעמישט לשונות פון פארשיידענע תקופות (תנ"ך, חז"ל, ימי הביניים וכו' זע העברעיש). אזוי אויך יידיש. דא רעדט זיך נישט וועגן אפאר עם הארצים פון דער יידישער וויקיפעדיע (אינקלודירט מיך) וואס האבן געזעצן און באשטימט צי מען זאל שרייבן אזוי צי אזוי. דא רעדט מען פון פראפעסארן וואס האבן יארן לאנג א דורך געטאן דעם ענין ווי זייער פאך, מענטשן וואס קענען לינגוויסטיק און ווייסן גענוי ווי אזוי שפראכן אנטוויקלען זיך וכו' וכו'. יעדע מאדערנע שפראך האט אן אקאדעמיע וואס באשטימט ווי אזוי צו שרייבן און וואס זיינען די כללים. ►רוני◄ 19:12, 9 אױגוסט 2007 (UTC)
חברה, פון די וואס לערנען אידיש אלס א שטודיע וועט קיין וויקי נישט זיין אויב זענען זיי שטאדירטע וועלן זיי נישט פארברענגען דא!!!! און "וויפיל זענען דא וואס שטאדירן זייער אידיש??? 100??? 1000??? 5000??? אוודאי קען זיין עטליכע הונדערט (נאכן איבערטרייבען) וואס שטאדירן זייער אידיש וויפיל פון די וועלן זיין אקטיווע שרייבער דא??? חוץ מזה אפילו זיי שטאדירן די שפראך זענען זיי נישט אזוי באקוועם דערין סיי אין רעדן און סיי און שרייבען!!!! פאר יעדער שטאדירער דארט איז דא עטליכע הונדערט אויב נישט טויזענט וואס רעדן די היימישע אידיש!!!!!!!!! ווען איך רעד פון היימישע אידיש רעד איך נישט פון וויליאמסבורג איך רעד פון סאטמאר גור (איבער די וועלט חוץ א"י) באבוב קלויזענבורג בעלזא וויזניץ מאנסי/ב"ב סטאלין תולדות אהרן/אברהם יצחק פרומע ליטוואקעס וואס רעדן נאך אידיש וכו' וכו' וכו' פון די אלע רעד איך, די אלע פארשטייען און רעדן היימיש אידיש, איך רעד נישט דווקא פון ענגלאו/אידיש. משא"כ די וויי יו אידיש וורערט גערעדט נאר דורך עטליכע צענדליגער אלטע יודשיסטן וואס גיבן דאס סיי ווי נישט איבער פאר זייערע קינדער און ווערט פארשטאנען דורך עטליכער הונדערט וואס דערינטער רעכענט זיך אלע שטאדירטע פון וויי יו און אלע אלטע וואס האבן אפגעגליטשט און רעדן דעם שפראך נאר ווען זיי רעדן צו היימישע אבער צווישן זיך און מיט די קינדער רעדן זיי נישט דעם שפראך.
איך מיין אז א שפראך רעכנט זיך לויט די וואס ניצן דאס אלס מאמע לשון..... נישט אלס א שטודיע לויט דעם איז די וויי יו אידיש פארלוירן ווייל אין נאך 50 יאר וועט דאס זיין א שפראך וואס ווערט נישט פארשטאנען דורך די אידיש'ע רעדנער נאר דורך די וויי יו שטודירער, (פארגעס נישט אז די שפראך אין וויי יו איז נישט אידיש - זיי האבן קלאסן וואו מען קען לערנען אידיש).
צו ווייסט איר אז אידיש קומט פון הויך דויטש? הויך דויטש איז אמאל געווען די שפראך אין גאנץ דייטשלאנד, היינט זענען נאך פארהאן יוניווערסיטעטען וואו מען לערענט הויך דויטש און עס זענען נאך פארהאן אין דייטשלאנד עטליכע טויזענט וואס קענען הויך דויטש, איז דען דאס א סיבה איבערצושרייבען די דויטשע וויקי צו הויך דויטש??
למעשה די אידיש וואס ווערן גערדעט דורך די סאברעס די חסידים און די ליטוואקעס איז מער ווייניגער די זעלבע חוץ קליינע חילוקים (די חילוקים זענען געווען אין פוילן גאליציע רוסלאנד און אונגארען אויך - זעה אינטען) קעגן די גרופע פון (סאברעס די חסידים און די ליטוואקעס - וועלעכע ציילן זיך אין די)עטליכע הונדערט טויזענט איז דא א גרופע פון עטליכע הונדערט (וויי יו'ס אין אלטע איבער די 60'ער יאר) וועלעכע וועלן נישט זיין קיין ערענסטע שרייבער דא סיי ווי און איר ווילט איבער מאכן א וועלט פון אידישע רעדנער זיי זאלן פלוצלים אונהייבן רעדן וואו עטליכע הונדערט??? ווי אזוי ווילסטו דאס מאכן דורך דעם וויקי??? וויפיל מעגליכקייט איז דא אז רוב אידישע רעדנער זאלן זיך נעמען רעדן אזוי ווי זיי אדער אזוי ווי די כללים פון 100-150 יאר צוריק??? איך האלט אז 0% אזוי האט די היסטאריע איבערצייגט, וויינען אויף אלטע אויסגעגאסענע מילעך??? פארפאלן מאך שלום מיט די מציאות אז די אלטע אידיש איז א פארגאנגענהייט.
ווען דער אידישער וויקי איז געבוירן געווארן האבן זיך די היימישע רעדענדע צוגעכאפט דערצו און פאר די זעלבע סיבה וואס די פראפעסארען פון וויי יו האבן זיך דעמאלס נישט וויסענדיג געמאכט וועלן זיי ווייטער נישט שרייבן דא, איבערדרייען ארטיקלען וכו' ווייל אפשר וועט זיך אונריקן איינער צוויי איז נאריש (במחילת כבודכם) --משגיח 20:43, 9 אױגוסט 2007 (UTC)
- אפשר פארשטייסטו מיר נישט ריכטיק. איך רעד דא נישט וועגן שרייבן עפעס אן אנדער שפראך. איך רעד וועגן פאריכטן דעם יידיש לויט באשטימטע כללים, ווען עס קומט אן עי"ן אין א סוף ווארט, ווען עס קומט א ו"ו און ווען א יו"ד וכד'. און אויך זאל מען נישט שרייבן ענגלישע ווערטער ווי צום ביישפיל סייענס אנשטאט וויסנשאפ מעסעדזש אנשטאט מעלדונג וכד', און ביי גאר שווערע ווערטער קען מען שרייבן דעם טייטש אויף ענגליש אין קלאמערן (brackets). ענגליש אט נישט קיין ארט אין א יידישע וויקיפעדיע. זע למשל פוילישערס אדער לעבוויטשס און יודישער שרייבערס ארטיקלען, זיי שרייבן א ריינעם יידיש (אויסער דא און דארט ביי לעבאוויטש פארטיקע ארטיקלען וואס ער אט זיי געשריבן פאר א געוויסער ציבור). אבער אין אלגעמיין ענגלישע ווערטער דארף נישט זיין דא. נקודה פסיק סוף פסוק. ►רוני◄ 22:28, 9 אױגוסט 2007 (UTC)
- איך בין גענצליך מסכים מיט דיין לעצטע נקודה, אמת מען דארף שרייבן וויסנשאפט און נישט סייענס. אמת מען דארף שרייבן אן ע וועק לויטן כלל קומט דארט אן ע, אבער די שאלה איז ווער איז קובע די כללים די האלטסט אז וויי יו און דוד כ"ץ אויף דעם זאג איך אז זיי האבן אן אלטען אידיש (בבחינת הויך-דויטש) וועלעכע ווערט ווייניגער און ווייניגער באקאנט, ממילא, דארף מען ניצן די אידיש פון דער איד/בלאט/בליק די צייטונג מעלות די שטערן/צייטשריפט, מחנה חרדי. --משגיח 13:55, 10 אױגוסט 2007 (UTC)
נישט אידישע ווערטער אין באנוץ פון אידיש.
רעדאַקטירן- קאקאש = אונגאריש
- שמאטע = פוליש
עטליכע אידישע ווערטער פארן זעלבן באנוץ
רעדאַקטירן- טרעפ = שטיגן
- זופ = יאוך
- צושפייז = וועטשערע.
- אמפער = שיסל = לעוואר.
פילעק
רעדאַקטירןכ'ווייס נישט וואס איז געשען! כ'האב נישט באמערקט אז איך בין געווען אויסלאגירט בשעת ווען איך האב געשריבן דעם ארטיקל פילעק. --פוילישער 15:23, 19 אױגוסט 2007 (UTC)
- מילא ►רוני◄ 18:33, 19 אױגוסט 2007 (UTC)
תודה מיוחדת ממיזם לוחות השנה העבריים
רעדאַקטירן- עם סיום מיזם לוחות השנה העבריים - המקיף 1,709 ערכים בשש שפות - מוענק בזאת לבאַניצער:רוני אות מיוחד בתודה על תרגום ליידיש.
עלה והצלח ! DMY 12:26, 20 אױגוסט 2007 (UTC) ו' אלול ה'תשס"ז
- עם סיום מיזם לוחות השנה העבריים - המקיף 1,709 ערכים בשש שפות - מוענק בזאת לבאַניצער:רוני אות מיוחד בתודה על תרגום ליידיש.
סיסאפ וואלען
רעדאַקטירןפארוואס פארמאכסטו נישט די וואלען? --משגיח 16:37, 21 אױגוסט 2007 (UTC)