באַניצער רעדן:רוני/יאנואר ארכיוו 2006

תגובה אחרונה: פֿאַר 18 יאָר מאת Pietras1988 בנושא Kurów
ארכיוו פון באַניצער רעדן:רוני  
2005 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2006 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2007 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2008 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2009 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2010 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2011 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2012 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2013 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2014 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2015 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2016 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2017 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2018 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2019 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער
2020 יאַנואַר פֿעברואַר מערץ אַפריל מײַ יוני יולי אױגוסט סעפּטעמבער אָקטאָבער נאָװעמבער דעצעמבער


please sign the request for a Yiddish NewsWiki

http://meta.wikimedia.org/wiki/Wikinews/Start_a_new_edition


איבער דיינע פארעכטונגען פון אידישע געגענטער צו שטעט אין אמעריקע

רעדאַקטירן

וויליאמסבורג, סקווער אין לעיקוואד זענען נישט קיין שטעט, דעריבער האב איך זיי אריינגעלייגט אין די קאטעגאריע פון אידישע געגענטער, פארוואס טוישטו דווקא צוריק צטו שטעט, ניו יארק און ניו זערסי זענען שטעט, אלעס אנדערשט ווערט געגענטער--יודל 14:41, 8 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער


א פשרה

רעדאַקטירן

איך האב זיי אריינגעלייגט אין אידישע געגענטער אין אמעריקע, איז דאס גוט?--יודל 14:46, 8 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער


טוישן דעם ערשטן זײַט פון יידישן וויקיפידיע

רעדאַקטירן

איך וויל דיך שטארק באדאנקן פארן אריינבערענגן סדר און קלארקייט און די ווערטן ביים שער בלאט,

צו די געלעגנהייט וואלט איך געוואלט דיר בעטן אויב דו ביסט מצליח דאס דורכפירן, זאלסט אויך מאכן אינעם ערשטען זײַט א עקסטער אפטיילונג א סעלעקטירונג פון אלע ווערטן זענען היינט אקטועל אין די נייעס אזוי ווי ביי די ענגלישע און העבערישע וויקיפידיע, איך אלס נייעס ליינער קען דאס העלפן דערפרישן יעדן טאג.

די מעלה דערפון איז זייער איינפאך צו ערוועקן אינטערעסע און לעבעדיגקייט אין די טעמעס און צוציען נאך באנוצער זאלן רעדאקטירן צולייגן און פארבעסערן די טעמעס--יודל 15:01, 10 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער


שטערונגען פון א דירעקטאר צו פארבעסרען דעם ערשטן זײַט

רעדאַקטירן
אויב מיר רעדן שוין וועגן דעם, וויל איך דיר דערציילן, וואס האט זיך דא געטאן פאר א פאר מאנאטן צוריק.
איך האב אפאר שעה געארבעט און שטאק פארשענערט דעם "ערשטע זייט" מיט פול חן, צודערצו האב איך צוגעלייגט וויכטיגע נוציגע ווערטן וואס פערטוט זיך אין אידישקייט, און איך האב געגעבן דעם דירעקטאר צו פארשטיין, אז לפחות יעצט ווען דער ענציקלאפעדיע איז אזוי ארעם, איז כדאי פארברייטערן אידישע ווערטן, וואס דאס קען בריינגען א סך באניצערס אינעם וויקיפעדיע.

אבער עס איז נישט אריבער אפאר שעות, און דער דירעקטאר האט אינגאנצן אויסגעמעקט מיין ארבעט (אויך פון די "געשיכטע") און מיר פארמאכט א צוגיינג צום וויקיפעדיע פאר א וואך. Jiddisch 15:09, 10 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

זאל מען מפרסם זיין דעם "דירעקטאר" פאראנטווארטליך פאר וואנדאליזם?

רעדאַקטירן

קודם האלט איך אז עס איז זייער וויכטאג צו מפרסם זיין ווער עס דער באנוצער וואס האט דאס געטאן, זאל ער זיך פארענטעפרן און קלאר שטעלן זיין צד אינעם טעראריסטישן אקט.

איך בין גענייגט צו זאגן אז ער קען נישט קיין אידיש און ער האט געמיינט איר זענט א וואנדאל, עס איז דא אסאך טעכנישע יידיש באנוצער וואס קען נישט קיין אידיש און געבן זיך אפ אנצופירן דעם אידישן וויקיפידיע אלס ליבע צו זייער עבר, דעריבער איז זייער וויכטאג אים אויפצוקלערן און אויב עס גייט נישט, זאל מען שיקן "קאמפּלעינס" צו זיינע העכערע מנהלים כדי דאס זאל מער נישט פאסירן, ווער איז דאס געווען?--יודל 15:20, 10 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

איך קען נישט זאגן דא ווער איז דאס געוועזן כדי אים נישט פארשעמען (וואס קען צובריינגען נאך א פארשפארונג) אבער דעמאלצ בין איך זייער נערווייז אויף אים געווען, און נישט אויפן מעקן מיין ארבעט, נאר אלץ דעם וואס ער האט אפילו זיך נישט געמוטשעט מיך געבן צו פארשטיין פארוואס האט ער דאס צו מיר געטאן. יעצט פארשטייסטו פארוואס בעט איך "רשות" צו בעארבעטן דעם "ערשטע זייט"? Jiddisch 15:28, 10 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

יא איצט פארשטיי איך שוין זייער גוט!

אבער דאך איז וויכטיג מ'זאל מפרסם זיין דעם באנוצער ווייל נאר זיי וועט זיך דאס נישט איבערחזרן, איך האלט מיך צוריק פון ווייטער שרייבן דא אינעם וויקיפידיע אויס מורא אז איינער וועט פלוצלינג געבן א מעק אויס אלע מיינע הארוואניע, עס כאפט א ציטער וויפל שווערע בלוטיגע ארבייט עס איז שוין אזוי געגאנגען לטמיון, און וויפל געלונגענע גוטע בעלי חסד שרייבער זענען שוין פארטריבן געווארן, אויב ביסטו דן לכף זכות דעם באנוצער אז ער האט געמאכט א טעות, דאן וועט ער נישט ברוגז זיין אויף דיר פארן אים פארשפרייטן זיין טעות און אויפקלערן,

וויקיפידיע באשטייט פון דעם איידיע אז מען לאזט נישט קיין וואנדאלן זיין שעדליך און אזוי ארום קומט ארויס דאס גוטס פונעם המון.--יודל 15:37, 10 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

מזל טוב דו ביסט א דירעקטאר אליינס!

רעדאַקטירן

יש שכר לפעולתך, דו ארבייטנס און ארבייטס און דו מיינסט קיינער זעהט נישט... אבער עס איז נאך ד אחריותדיגע אידן וואס האבן אנערקענט דיין מוה און פלאג פאר אונז. [ http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%91%D7%90%D6%B7%D7%A0%D7%99%D7%A6%D7%A2%D7%A8_%D7%A8%D7%A2%D7%93%D7%9F:Gangleri] קאַנגרעטעלעישיאנס פאר דיין דרהייבונגק און ראנג, נוץ דאס מיט שכל און ליבע ווייטער צו טאן פאר אידן, יידיש און אידישקייט.--יודל 10:35, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

ביטע פארשענער די ערשטע זײַט

רעדאַקטירן

אזויווי דער היפט בלאט וועט אנשטשיידען אונזער וואוקס לוינט זיך צו אינוועסטירן כוח און צייט איענם פארבעסערונג פון יענעם בלאט. איצט אז דו ביסט שוין א "אדמיניסטראטור" דארפסטו נישט מורה האבן אז אנדערע וועלן דיר מעקן, דו קענסט דאך קאודים און טעכנישע כלים, ביטע מאך שיין דעם דעזיין איר קאליר שיין, פארשינדארטיג און ציצוענד פאר די אויג, איך וועל זיך אפגעבן מיטן תוכן.--יודל 10:39, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

בעז"ה Jiddisch 11:44, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

זייער שיין מאך קלענער די רעכטע באקסל עס איז ליידיג, און גרעסער די לינקע ווייל דער טעקס וועט פארלוירן--71.247.183.100 16:07, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

איך קלער צו צולייגן אן עקסטערע בלאט פון נאָך ניַיעס, כדי צו נישט אנבלאזן דעם הויפט זייט נאר מיט ניַיעס. וואָס קלערסטו? Jiddisch 16:09, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער
זייער א גוטע פלאן אבער פארגעס נישט נייעס איז וואס טרייבט דעם עולם צו אנטיילנעמען אין פארעמען די טעמעס.

פארברייטער אביסל די נייעס באקסעלע..

אויך איך האב פייערפאקס און פאר עפעס א סיבא קען איך נישט ליינען קיין ווארט נישט פון ערשטן זײַט זינט דיינע פארעכטונגען דארטן ביטע זאג מיר צו דו האסט אויך דעם פראבלעם.--71.247.183.100 16:24, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

איך האב נישט אזא פראבלעם Jiddisch 16:26, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

האסטו פייערפאקס?--יודל 16:28, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

ניין, פראביר עפענען דאס פראגראם פון דאס ניי, און זאג מיר צו עס העלפט Jiddisch 16:31, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער


איך האב פרובירט צוצימאכן דעם וויקיפידיע ווינדאו און צוריק עפענען, סאיז די זעלבע איין ווארט האקט אריין און צווייטען ביי די צוויי אויבערשטע קעסטלעך. סקען זיין אז סמיינט ער האט נישט קיין פלאץ אין אזא שמאלע, פרוביר מאכן ברייטער, אלענפאלס לאז נישט איבער היינט אזוי, ענדערשט טויש צוריק ווי פון פאר דיינע ענדערונגען, און ווען מען וועט דערגיין די פראבלעם וועט מען פארעכטן--יודל 16:34, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

פאראכטן Jiddisch 16:38, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער


א מחי' איצט פארעכט אויך די אנציקלאפידיעיע באקסל--יודל 16:39, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

done Jiddisch 16:40, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

טענק יו סאו מאטש! ביי די נייעס און אקטועלע איז דאס א לינק צו וויקיפעדיע פארוואס איז דאס רויט, סאיז דאך דא אן ערך דערוועגן?--יודל 16:42, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

עס איז דא דארט א טאפעלער רידיירעקט Jiddisch 16:43, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

א וואונדער וואס האסטו געטאן אז עס גוט איצט? אויך ביטע פארעכט דעם נאך נייעס בלעטעל כדי ווערטער זאלן זיך נישט האקן איינער אין אנדערן--יודל 16:48, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

זעה די געשיכטע וועסטו פארשטיין Jiddisch 16:51, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער


פארעכט די ברוכים הבאים קעסטל

רעדאַקטירן

סאיז מער אויסגעהאלטן דעם שפראך מ'ארבייט איצט ווי סאיז דא ווייל אז מען בארבייט ווייזט דאס ז דער וויקיפידיע איז געבויט אז יעדער ליינער איז געלאדענט דאס צו פארעכטן פארברייטערן און אויסבעסערן. מאיז קיינמאל נישט פארטיג מיט ידיעות און אינפארמאציע. אויך איז כלל דער קעסטל ליידיג שטעלעס אויסזאל נישט זיין אזוי לער פון אונטען אפשר צענטערלאזיר עס--יודל 17:06, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

איך האב שוין פארשטאנען דיין ערשטן בקשה
דעק קעסטל איז א ביסל ליידיג, איך וועל דארט צולייגן אינפארמאציע (אדער לייג צו דו), עס איז שענער לאזן ביידע קעסטלען אינעם זעלבן גרייס, דערפאר איז בעסער פארברייטערן די אינפארמאציע אלץ פארקלענערן דעם קעסטל Jiddisch 17:11, 13 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער


נישט שרייבן אין שבת

רעדאַקטירן

איך וויי נישט וויאזוי דאס צו זאגן אבער איך האלט אז אסאך אידן וועלן נישט וועלן זיך באנוצען מיטן וויקיפידיע, ווייל מען טאר נישט הנאה האבן פון אן עבירה, און אויב מ'וועט שרייבן אין שבת איז דאס פארבאטען פאר א הלכה'דיגע איד צו ליינען און זיך באטייליגן, מען דארף טרעפן אן עצה דאס צו דורכפירן, איך פארשטיי אז עס איז נישט מעגליך צו פרירען אינגאנצען דעם אידישן וויקיפידיע, ווייל די באניצער וואונען אין די גאנצע וועלט, ווי שבת איז נישט די זעלבער זייט, אבער מען דארף אויפאדערן אינעם ערשטען זייט איבער דעם--יודל 12:00, 15 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

בעסער פרעג די ביוקראטן וואס זיי קלערן דערפון? רוני 12:09, 15 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

די ביוקראטן וועלן ווארשיינליך מסכים זיין מיט אונזער באשלוס, קודם לאמיר דורכרעדן צווישן אונז, צו דאס וועט אויפרעגן פרייע אידישיסטן, אויב מ'וועט שרייבן און בעטן שיין ביים שער בלאט אז מ'זאל זיך צוריק האלטן פון שרייבן אין שבת און מ'וועט ארויסברענגן פארוואס דאס וועט פארטרייבן חסידים און חרדים נישט אנטייל נעמען, דאס איז זיכער אז מען טאר נישט צווינגען קיינעם און אויך נישט רעדן באפעלעריש, וואס איז דיין מיינונג? דו פארשטייסט מיין טענה, אז דער אידישער מצפון לאזט מיך נישט שלאפן ווען איך באטייליג מיך אין א אפענער פרעכער חילול שבת פראיעקט?--יודל 12:15, 15 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

מצד שני, אויב דו בעגרעניצט דעם וויקיפעדיע מיט אזעלכע הלכות, וועט דאס דערווייטערן מיט צארן די פרייע וויקיפעדן, און דערצו וועט מען אויך דארפן שרייבן די ארטיקלען אויפן פרומעס ציל, וו.צ.ב. אויפווייזן אז עס איז דא א גאט א.א.וו . קען זיין אז עס איז כדאי עפענען נאך א אידישער וויקיפעדיע וואס וועט זיין נאר פאר פרומע. מען דארף רעדן מיט די מנהלים דערצו. רוני 12:20, 15 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

וועגן דעם באווארען איך אז מ'זאל נישט באפעלען און נישט רעקעמאנדירן, נאר באמערקן איבער דעם אלס צוזאמענהאלטן און בויען וויקיפידיע, חס וחלילה דאס צו שרייבן אין פארום פון א הלכה! מיר טיילן נישט איין פאר קיינעם וואס צו טאן, דאס זאל זיין א ציל צו מקרב זיין יעדן און אוואדאי נישט חלילה דאס פארקערטע צו מרחק זיין קיינעם, וועגן דעם וויל איך אן עצה וואס טוט מען דא, שווייגן וועט דאך זיער מרחק זיין די פרומע.--יודל 12:27, 15 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

אלע אידישע וועבזייטן ווערן געשריבן און פּראָגאַמט אום שבת, איך מיין אז עס קען מרחק זיין פרייע אדער ליבעראלע וויקיפעדן, אויב דו ווייסט זיכער אז אזעלכע ווילן נישט קומען אהער וויבאלד עס איז אפן אום שבת, קענסטו שטעלן א באמערקונג דערפון. רוני 12:34, 15 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

וואס זאגסטו צו אזא נוסח?: טייל פון די יידישע וויקיפידיע באנוצער, לעבן לויט די אידישע הלכה, ביטע נישט שרייבן אין שבת כדי זיי זאלן אויך קענען הנאה האבן.--יודל 12:39, 15 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

אויסער ווי געוויינטליך. וווּ ווילסטו דאס שטעלן?
א טייל פון די אידישע וויקיפעדן, לעבן לויט די אידישע הלכה, ביטע נישט שרייבן אום שבת כדי זיי זאלן אויך קענען הנאה האבן.


איך וועל דיך זייער דאנקבאר זיין, לאמיך דיר זאגן דעם אמת איך בין נישט אזא פרומער איד, אבער איך האב נישט געקענט שלאפן די נאכט וויסענדיג אז איך באטייליג מיך אין א אפענע חילול שבת, מיט אזא מעלדונג וועלן פרומע אידן שפירן אז זיי האבן געטאן דאס זייעריקע און וועלן זיך באטייליגן ביתר שאת וביתר עז מיט ליבשאפט און ברודערליכקייט מיט אלע אידן צוזאמן. ביטע לייג עס ערגעץ אויפן ערשטען בלאט--יודל 12:46, 15 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

ענטשולדיג! איך מוז פריער רעדן מיט Gangleri אדער דו מאך דאס רוני 12:48, 15 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער
שרייב אים דא אויף ענגליש

איך מאך עס נאך נישט ווילאנג ער עטנפערט מיר וואס צו טאן.--יודל 13:03, 15 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער


הילף געבלאקט דעם נישט ריכטיגן באנוצער

רעדאַקטירן

וואיזוי טויש איך דאס אויף צוריק.?--יודל 22:48, 17 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

קוועטש דא רוני 22:50, 17 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער
קוועט און קוועטש ער רורט זיך נישט, זעט אויס נאר א העכערער קען דאס אנבלאקן--יודל 22:52, 17 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער
עס איז בלויז א באג, מאך ריפרעש און קוועטש ווידער רוני 22:54, 17 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער


אויסדערוועלט ארטיקל

רעדאַקטירן

האסט אמאל זיך אויסגעדרוקט אז דו ווילסט מאכן אזא פאטיילונג בייםערשטן בלאט און איך האב דעמאלס זיך געזארגט אז דאס וועט זיך נישט אויסארבייטן ווייל מיר האבן נישט קיין קוואליטעט ארטיקלען אבער דעם אמת איז אז מען וועט לייגן עפעס סיי וואס וועט זיך שוין אפיר יאווען אחראים דאס צו פארעכט איבערהויפט אז מיר וועלן לייגן אן ארטיקל וואס איז א מחלוקת וועט גיין פייער און דאס וועט צוציען פיל באנוצער. מאך דאס איך וועל עס דערהיינטיקל יעדן אינדערפרי.--יודל 00:51, 18 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

איך מיין אז עס איז נישט א פלאן צו אויפבויען דעם וויקיפעדיע (פארגעס נישט אז מיר בויען עס אויף) מיט א ציל פון מחלוקת'ן. איך האב געמיינט לייגן אן ארטיקל מיט וויסנשאפט און פול איהאלט דערינען, און נישט אקטואליע, וועגן דעם האבן מיר שוין דעם נייעס קעסטל. נישט? --רוני 00:58, 18 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

חס וחלילה האסט מיך פארשטאנען פונקט קאפיער. איך האב געזאגט אז דער ציל פון אן אויסדערוועלט ארטיקל איז צו בויען דער נייגער און אינטערעסע ביים ליינער צו זיך באטייליגן און ווערן אן אקטיווער באנוצער, אזוי ווי דערווייל האבן מיר קיין איין איינציג קוואליטעט ארטיקל וואס איז ריכטיק ווערט צו הייסן אויסדערוועלט, מוזן מיר זיך באגאנוגען צו נעמען אן ארטיקל וואס איז נוגע און איז נאנט צו יעדן איינעם און דאס ארויפלייגן אזוי ארום וועלן זיי זיך באטייליקן אויף אנדערע נארמאלע ארטיקלן אויך. געדענקט דער ציל און מטרה איז בויען וויקפידיע, און דער מיטל, דער אמצעי דערצו גייט זיין צייטווייליג דורך ארויפלייגן מחלוקת'דיגע ארטיקלן ווייל דאס וועט אויפוועקן דעם ליינער --יודל 01:02, 18 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

מען קען אויך צוקומען צו די דערהיינטיקטע ארטיקלען דורך דעם נייעס באקסל. איך וועל פרווון מאכן א נייעם באקסל, אבער איך וועל מוזן נאכגעבן (to give up) אן אנדער באקסל אנשטאט דעם. רוני 01:16, 18 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

געב אויף דעם קאטעגאריע באקסל, ווייל דער אנציקליפידיע באקסל דינט דאך דעם ציל פון נושאים איינגעטיילט אין קאטעגריעס.--יודל 02:50, 18 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

Wikisource Yiddish

רעדאַקטירן

Hi. I suggest that either you or Yudel nominate yourselves or each other as Bureaucrat candidate for a Yiddish Wikisource and let other people register support. After that, the supporters can turn to develepors to turn the wiki on. Dovi 11:35, 18 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

there is no http://yi.wikisource.org http://yi.wikisource.org

רוני 12:14, 18 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

Of course there isn't. One of the rules before a new one gets set up is that there has to be a bureaucrat candidate who gets support from others. Take a look at the other languages. When the language is set up it will have a bureaucrat. [ http://wikisource.org/wiki/Wikisource:Language_domain_requests#yi.wikisource.org_.28Yiddish.2F.D7.99.D7.99.D7.93.D7.99.D7.A9.29 You do it here.] Dovi 12:23, 18 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

sorry, I don't know how to get a bureaucrat candidate. talk to Gangleri. ho knows more than me how to do it --רוני 12:30, 18 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

You or some other active Yiddish user has to nominate yourselves on the Wikisource language requests page!! Dovi 12:33, 18 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

OK' support me רוני 12:38, 18 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

OK,done. Now go tell all your friends! Dovi 12:41, 18 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

how will i know when thay confirm it? רוני 12:45, 18 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

The first thing is to make sure there is a good show of support. Then developers can be asled to set it up by contacting them in wikitech or filing a Bugzilla feature request, or best of all on IRC (. Dovi 13:02, 18 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער


how many supports need to be? רוני 13:04, 18 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

בילדער אויפן ערשטען בלאט

רעדאַקטירן

כדי אויפצולעבן, איך וויל אריינלייגן א בילד אין די נייעס און און יד אויסדערוועלטער קעסטל, איזש דאס מעגליך?

עס איז נאטורליך מעגליך רוני 13:02, 18 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער
אבער איך מיין אז וועסט מוזן קלענערן דעם מאס פון די נייעס רוני 13:05, 18 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

אויב אזוי וועל איך דערווייל נאר לייגן ביים אויסדערוועלט ארטיקל. אויב עס איז נישט שווער, מיין איך אז דאסדארף זיין גרעסער אביסל על כל פנים מער פונעם קאלענדער.--יודל 13:18, 18 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

ויקיטקסט ביידיש

רעדאַקטירן

--יודל 16:07, 18 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

(הכתיבה בעברית יותר קלה כאן.)

צריך גם לבחור שם לאתר שמתאים ליידיש (כמו: "ויקיטקסט" בעברית) ולרשום את זה כבחירה ל-SITENAME. כדאי גם לפרסם כאן שאנשים יילכו להצביע שם בעדך ובעד הקמת הוויקי. Dovi 13:06, 18 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

אין מספר מסויים להצבעת התמיכה. רק שיראה טוב. Dovi 13:08, 18 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

אולי וויקישטאַמונג. איפה רושמים את ה-SITENAME רוני 13:11, 18 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

הוספתי שם מקום בשביל זה כמו לשאר השפות. Dovi 13:18, 18 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

ווייסטו אפשר ויאזוי איך מאך אז אונטער דעם בילד זאל גיין טעקסט און נישט בלייבן ליידיג?--יודל 16:07, 18 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

[[image:000.jpg|thumb|Text Text Text]]
אבער עס איז נישט איינגעפירט לייגן טעקסט ביי די בילדער אין שער בלאט, פרווו עס אויס און זעה צו דאס שטימט רוני 16:09, 18 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

איך וויל נישט לייגן קיין טעקס, אויף דעם נוץ איך טאמב אבער קוק אריין אין דעם נייעס קעסטל וועסטו זעהן אז אלע נייעס האבן זיך געריקט אויף רעכטס אפילו וויייט ווייט אראפ פון בילד, מען דארף דאך דאס פיקסן אז אלע נייעס ציעט זיך אריין אונטער דעם בילד, וויאזוי טוט מעןדאס?--יודל 16:26, 18 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער


שוין געהלאפן איך האב פשוט געמאכט ענטער, צו מאכן ליידיגע שורה נאך יעדע שורה און עס האט פאראכטן דעם פראבלעם--יודל 16:30, 18 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער


ווארענונג מוסטער

רעדאַקטירן

אזוי ווי דו האסט געמאכט די מחולקת מוסטער און די ווארענונג מוסטער, פעלט זיך איצט אויס מיטן צופףלוסי פון נייע אומסוויסענדע באנוצער, אזא סארט ווארענונג, וואס מען קלערט אויף דעם באנוצער אז ער זאל נישט מעקן, אן שרייבן א קורץ ווארט אונטער דעם טויש, אדער און רעדן פארוואס ער מעקט, איך האב זיך אנגעשטויסן און מעקערייען אן קיין הסבר און איך ווייס נישט צו צוריק דרייען, אדער לאזן, מיט א מוסטער שיק איך אדאס און אויב דעקר זעלביגער באנוצמעקר האט שוין מער ווי פינעף מוסטערס ווארענונגען אז ער האט געמעקט אן הסבר מיין איך אז מען דארף אים באגרעניצען.--יודל 11:46, 19 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

שם לויקיטקסט ביידיש

רעדאַקטירן

התמיכה נראה לי בסדר גמור. כל מה שנשאר לעשות [ http://wikisource.org/wiki/Wikisource:Language_domain_requests#yi.wikisource.org_.28Yiddish.2F.D7.99.D7.99.D7.93.D7.99.D7.A9.29 שם] זה לבחור שם לאתר שמתאים ליידיש (וויקיטעקסט? - סתם) ולכתוב אותו שם.

אחר כך ניתן להתחיל בהוספת Bugzilla Feature Request לבקש את הקמת האתר, וגם בדרכים אחרות. גוט שבת. Dovi 07:19, 20 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

אפשר לקרוא לזה וויקיספר? או שזה משהו אחר? רוני 07:56, 20 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער
וויקיספר לא טוב, כי יש פרויקט אחר בשם זה בדיוק בעברית, וזה יהיה מבלבל מאד. אבל לא צריך לקחת וויקיטעקסט, זה סתם הצעה ראשונה שלי. אני חושב שטוב לקבל את חוות דעתם של אחרים לגבי שם, וכאשר יש הסכמה אז לכתוב אותו שם. שבת שלום! Dovi 11:38, 20 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

זה כבר נראה טוב! אני ממליץ שלצעד הראשון לקראת הקמת האתר, שתפתחו דו"ח "באג" חדש ב"באגזילה".

צריך קודם כל להרשם שם, ואחר כך [ http://bugzilla.wikimedia.org/enter_bug.cgi לבחור את סוג הבאג: MEDIAWIKI]. כדאי לבקש מהמשתתפים כאן המעוניינים בוויקיביבליאוטקה "להצביע" עבור הבאג הזה.

לאחר כמה ימים אם עוד לא נפתח, גם טוב לבקש את פתיחת הוויקי החדש ברשימת הדואר וויקיטק. גם טוב לבקש ישירות ב-IRC, אבל אין לי מושג איך עושים את זה. Dovi 21:36, 23 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

מצטער אני לא מבין איך לעשות את זה רוני 17:31, 26 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

בסדר, עשיתי בעצמי. באג 4786 שהוא בקשה להקמת yi.wikisource [ http://bugzilla.wikimedia.org/show_bug.cgi?id=4786 נמצא כאן].

נא להגיד לכולם ללכת לשם ולהצביע עבור הבאג! (לא קשה להצביע, כדאי לרחת כמה דקות לנסות.)

הדרך הכי טובה, אומרים לי, זה IRC, אבל גם אני לא יודע איך עושים זה זה. Dovi 05:45, 29 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

נישט נוצן נקודות אלס הויפט טיטול

רעדאַקטירן

איך זה האסט געשריבן פיש יט א שטראך העכער די פ לאמרי זעך ענדערשט הלאטן צו נן נקודות אזוי האסטו מיך באפולין שרייבן אויפן שער בלאט. ניין?

עס איז געשטאנען פֿיש אין אן אנדער ארטיקל, יעצט וועל איך מאכן א באוועגונג רוני 15:07, 20 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

שלום עליכם

רעדאַקטירן

שלום, אני פעילה בויקיפדיה בעברית והייתי שמחה אם תתרגם את שם הספר של שלום עליכם, "טעוויע דער מילכיקער" המון תודה.

אני חושב ש"טוביה החלבן" רוני 13:58, 27 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

ערשטע זײַט

רעדאַקטירן

אני ממליץ לשים קישורים ברורים בעמוד הראשי לשתי הבקשות ביידיש:

Kurów

רעדאַקטירן

Could you please write a stub http://yi.wikipedia.org/wiki/Kur%C3%B3w - just a few sentences based on http://en.wikipedia.org/wiki/Kur%C3%B3w ? Only 2 -5 sentences enough. Please. Pietras1988 13:43, 30 יאַנואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

חזרה לדף המשתמש של "רוני/יאנואר ארכיוו 2006".