װיקיפּעדיע:באניצער בלאט
(אַריבערגעפֿירט פון באַניצער רעדן)
דער בלאט איז אן אפיציעלע אנווייזונג פאר דער אידישער וויקיפעדיע וואס איז ברייט אנגענומען דורך שרייבערס. כאטש עס איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען, ס'איז אבער נישט קיין פאליסי. אויב איר ווילט ענדערן דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. האט איר א ספק, דאן רעדט עס דורך אויפ'ן רעדן בלאט. |
דער באַניצער בלאט איז איז די זייט וואו דער באַניצער שרייבט וועגן זיך, ווי א פערזענליכער בלאג.
ביי יעדן באַניצער וועט איר דאס טרעפן דורך קוועטשן אויף זיין נאמען.
ביטע נישט אנפירקלען אייערע הערות אויף א פרעמדנס באַניצער בלאט נאר שרייבט אלעס אויף דער רעדן זייט, פון זיין באַניצער:רעדן:בלאט
וואס מען טאר נישט שרייבן אויפן באַניצער בלאט
רעדאַקטירן- לשון הרע. אויב איז דא געפעכט צו דאס איז באמת לשון הרע מוז מען לאזן פאר אן אנדער באַניצער כאטשיג לייגן א לינק פאר די ענטפער פון יענעם. מען מעג אטאקירן יענעם אויב איז דאס מיט א לינק געהעריג ווי יענער האט באגאנגען זיין עוולה, סתם אטאקירן גייט אריין אין כלל פון לשון הרע.
- רעדן - דאס קומט אויפן באַניצער:רעדן בלאט
- סתם ליגענט איז נישט קיין פארבאט אבער עס איז אפיציעל נישט אנגענומען צו שרייבן ליגענט דארטן, ווייל עס שאפט א צומישעניש ביים ליינער וואס וועט עווענטואל מאכן חרוב אדער וויקיפעדיע פראיעקט, אדער זייערע פערזענליכקייטן.
- ווי למשל אויב מען רופט זיך נאך א באקאנטער מענטש איז אנגענומען אז מען זאגט קלאר אז מען איז נישט דער זעלביגער. ווי למשל באַניצער:אהרן טייטלבוים שרייבט איבער זיך אדער באַניצער:שלמה שמש שרייבט איבער זיך, אז זיי זענען נישט די באקאנטע. ווייל עס קען זיך מאכן פראבלעמען אז די פערזענליכקייטן וועלן געשעדיגט ווערן אין ראעליטעט פון זייער עכטער לעבן אויב זאל ארויסגיין א קול אז זיי שרייבן חלילה אויף אינטערנעט טראץ איסור פון זייערע רבנים.
- אדער אויב מען וואוינט אין וויליאמסבורג איז נישט מענטשליכקייט צו שרייבן אז מען וואוינט אין לייקוואד, ווייל דאס איז בכוונה צו אריינארן אנדערע באניצער אין א פאלטשן אימעזש.
- אדער אויב מען איז א מאן זאל מען נישט שרייבן אז מען איז א פרוי, אלס דער אויבן דערמאנטער סיבה.
וויקיפעדיע אנווייזונגען |
---|
אינהאלט |
קלאסיפיקאציע |
אונטערבלאט |
רעדאקטירן |
רעדן |
אויפירונג |
עטיקעט |
סטיל |
האנטבוך
זעט אויך אפיציעלע פאליסי ליסטע |