װיקיפּעדיע:וואס וויקיפעדיע איז נישט

דער בלאט איז אן אפיציעלער פאליסי בלאט פאר דער יידיש־וויקיפעדיע. ער איז ברייט אנגענומען דורך שרייבער און ס'איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען. אויב ווילט איר ענדערן פאליסיס אין דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. אויב האט איר א ספק דאן רעדט עס דורך אויפן רעדן בלאט. און אויב ווילט איר אפשרייבן נייע שכל'דיגע פאליסיס מוז דאס זיין פאסעדיג צו דער הויפט ענגליש־וויקיפעדיע (און\אדער דער העברעיש־וויקיפעדיע) פאליסיס.


וואס וויקיפעדיע איז נישט

רעדאַקטירן

וויקיפעדיע איז נישט קיין צוזאם ווארפעניש פון אלערליי אינפארמאציע

רעדאַקטירן
דאס אז א זאך איז 100% אמת מיינט נישט אז דאס באלאנגט אין אן ענציקלאפעדיע. בדרך כלל זאל דאס זיין א זאך וואס איז נישט אינטואיטיוו (ד.ה. א זאך וואס מענטשן ווייסן נישט פון זיך אליין).
צ.ב.ש. אן ארטיקל אויף "טיש" וואס זאגט אז "דאס איז א הארטע פלאכע זאך עטליכע פיס אין דער הויך אויף וואס מען קען לייגן פארשידענע זאכן," און איז דערנאך מסביר א ליסטע פון זאכן וואס מען קען לייגן ("ברויט, טשאלנט, טעלעפאן, שפילגעצייג") איז נישט קיין פאסיגע ענציקלאפעדישע ארטיקל, כאטש די זאכן זענען אמת.

וויקיפעדיע איז נישט קיין ווערטערבוך אדער א זשארגאן ערקלערונגס בוך

רעדאַקטירן
ביטע מאכט נישט קיין ארטיקלען וואס טוען נאר ערקלערן א טערמין אדער אן אויסדרוק. אן ארטיקל זאל זיך געווענליך אנהייבן מיט א קורצער און ריכטיגער ערקלערונג פון דעם קעפל'ס טערמין, אבער עס ברויך האבן מער פון דעם צו באלאנגען אין אן ענציקלאפעדיע.
אויב טרעפט איר אזא ארטיקל, זעהט אויב איר קענט דאס פארבעסערן דורך צולייגן פרטים ווי עס פאסט פאר אן ענציקלאפעדיע. אויב קיין פרטים זענען נישט פאסיג אויף דעם, שטעלט אן {{אויסמעקן}} מוסטער.

וויקיפעדיע איז נישט קיין פלאץ צו דריקן ארגינעלע חקירות און באמערקונגען

רעדאַקטירן
וויקיפעדיע איז נישט דאס פלאץ צו שרייבן רעזולטאטן פון אייער אייגענע פארשונגען.
אויך איז דאס נישט קיין פלאץ צו מאכן באמערקונגען אויף ענינים וואס זענען נישט פריער געדריקט געווארן ערגעץ אנדערש וואו.
רעצענזיעס אויף קונסטווערק און ליטעראטור זאלן נאר געשריבן ווערן אויב זיי זענען שוין געדרוקטע פון פריער.
ביטע נישט שרייבן אייער אייגענע פאליטישע מיינונגעןל, אריינגערעכנט וואס איר האלט אויף דעם אדער יענעם פאליטישן אדער רעליגיעזן פיגור.
ביטע נישט האלטן קיין דיסקוציעס אין די ארטיקלען גופא. דורכשמועסן אויף ענציקלאפעדישע נושאים זאל מען נאר אין די רעדן בלעטער.

וויקיפעדיע איז נישט קיין מקוה

רעדאַקטירן
ביטע נישט שרייבן סתם נייעס, געשעענישן, אדער שמועות אן קיין מקור. וויקיפעדיע איז געמאכט אויף אויסצוארבעטן ארטיקלען אויף ענציקלאפעדישע נושאים. נייעס און געשעענישן וואס האבן יא א מקור קענען געלייגט ווערן אין ארטיקלען אויב זיי זענען וויכטיג צום כללות'דיגן נושא אין וועלכן זיי ווערן געלייגט. סתם נייעס זאל געהאלטן ווערן צו וויקינייעס.

וויקיפעדיע איז נישט קיין אדרעסן־בוך אדער טעלעפאן־בוך

רעדאַקטירן

אן ענציקלאפעדיע איז נישט קיין ארט צו פארעפנטלעכן אדרעסן און טעלעפאן נומערן פון מענטשן אדער ארגאניזאציעס.

וויקיפעדיע איז נישט קיין סאציעלע צוזאמקום

רעדאַקטירן
כאטש מיר ארבעטן אויף צו האבן א נעימות'דיגן מיטארבעטונג צווישן די פילע באנוצער, איז אבער וויקיפעדיע נישט געמאכט פאר מענטשן זיך צוזאם צו קומען און פירן שמועסן און/אדער דעבאטעס. די עיקר ציל פון באטייליגער זאל זיין אויף צו ליינען און פארבעסערן אינפארמאציע ארטיקלען.

וויקיפעדיע איז נישט צענזורירט

רעדאַקטירן
עס קען זיין ארטיקלען וואס זענען פאר געוויסע מענטשן אומאיינגענעם אדער באליידיגענד, אויב זענען די פאקטן אמת'ע און זענען פאראויס געדריקט געווארן דורך א פארלעסליכן מיטל. וויקיפעדיע קוקט נישט איבער קיין ארטיקלען זיכער צו מאכן אז דער תוכן שטימט מיט מאראלישע צו רעליגיעזע פרינציפן, און וויקיפעדיע באנוצער ווערן געבעטן נישט צו לאזן מאראלישע און רעליגיעזע פרינציפן פארמישן זייערע ענדערונגען. וואס איז פאר איינעם אומאנגענעם קען פאר א צווייטן זיין אינטערעסאנט און מערקבאר.

וואס דער וויקיפעדיע געמיינדע איז נישט

רעדאַקטירן

וויקיפעדיע איז נישט קיין קריגס פעלד

רעדאַקטירן
יעדער באנוצער ווערט געבעטן זיך אויפצופירן העפליך, רוהיג, און העלפן ברענגען א געמיינזאמע אטמאספערע.
נישט באליידיגן, סטראשענען, אדער בעלאסטיגן די מיט וועם איר האט חילוקי דעות. טרעט צו צו דער ענין מיט שכל און פרובירט צו לייזן אייערע דיפערענצן אויף א רוהיגן, ציווילן אופן.
אויב פירט זיך אויף א צווייטער צו אייך מיט באליידיגונגען, אומרוהיג, אן ציוויליטעט, אדער מיט אן אומאנגענעמען טאן, גיבט דאס נישט קיין אויסרייד פאר אייך צו טאן דאס זעלבע. איגנארירט די באליידיגענדע פונקטן און באציט זיך צו די פאקטן און אקטועלע תוכן, אדער איגנארירט דעם קאמענטאר.
אויב קענט איר נישט לייזן אייער סכסוך, פרובירט זיך צו באנוצן מיט די אנווייזונגען אין מחלוקת פארלייזונג.

וויקיפעדיע איז נישט קיין דעמאקראטיע

רעדאַקטירן
וויקיפעדיע איז נישט קיין פרואוו אין דעמאקראטיע אדער סיי וועלכע פאליטישע סיסטעם. דער הויפט מיטל פאר געמיינזאמע מיטארבעטונג איז דורך דיסקוציעס און נישט מיט שטימען. אין שווערע פעלער קען מען זיך באנוצען מיט וואלן, אבער דאס איז נאר אויף צו פארגריגערן צו הערן אלע מיינונגען, און דאס איז נישט בינדענט. דער הויפט פארלאנג איז אז מיטטיילער זאלן קענען לאזן הערן זייער מיינונג, אין סיי וועלכן אופן זיי פילן זיך באקוועם.

וויקיפעדיע איז נישט קיין פרואוו אין בויען געזעצן

רעדאַקטירן
געזעצן קענען מאכן גרינגער אויף צו אפמאכן א געמיינזאמען גאנג, אבער מען זאל נישט ווערן אריינגעכאפט אין מאכן אזויפיל געזעצן אז מען קאנצענטרירט אויף דעם צופיל. מען זאל נאכפאלגן די גייסט פון די געזעצן, אבער עס איז נישטא קיין ענין פון זיין אפגעהיטן בקלה כבחמורה. דער הויפט מיטל צו לייזן דיפערענצן זאל זיי דורך זיך דורכרעדן.

וואס דער באנוצער בלאט איז נישט

רעדאַקטירן
  • אלעס וואס איז דא געזאגט געווארן גייט אויך ארויף אויפ'ן באנוצער בלאט.
אייער באנוצער בלאט איז נישט א פערזענליכע היים בלעטל, אדער א בלאג. נאכמער, דער באנוצער בלעטל איז נישט אייערס. עס איז א חלק פון וויקיפעדיע, און איז געמאכט אויף צו פארגריגערן דאס צוזאמענארבעטונג.