װיקיפּעדיע:מוסטערן
א ליסטע פון אלע יידישע מוסטערן פון גרייטע קעסטלאך כדי צו צייכענען וויכטיגע באַמערקונגען. זעט הילף:מוסטערן וויאזוי דאס ארבעט.
געשטעלט צו מעקן
רעדאַקטירן- געשטעלט צו מעקן איז א פארעם וואס איר קענט לייגן ביי ארטיקלען וואס צוליב א געוויסע סיבה קלערט איר אז זיי זיינען נישט פּאַסיג צו זיַין אינעם וויקיפּעדיע.
ווען איר שרייבט אזא פארעם, ווערט איר געבעטן אויך שרייבן די סיבה דערפון אינעם רעדן בלאט. (אויב איר קלערט אז מען דארף נאר פאַרבעסערן דעם ארטיקל, נוצט זיך מיטן פארעם {{איבערשרייבן}}).
און איר וועט זען דעם פארעם:
דער ארטיקל איז געשטעלט אויסצומעקן אין וויקיפעדיע:בלעטער צו אױסמעקן ביטע שמועסט אייך געהעריג דורך דארטן צו גרייכן א קאנצענזוס צי מען זאל דאס אויסמעקן אדער נישט. מען זאל נישט אראפנעמען דעם צעטל ביז דער שמועס איז געשלאסן. |
איבערשרייבן
רעדאַקטירן- איבערשרייבן איז א פורעם וואס איר קענט לייגן ביי ארטיקלען וואס זיינען בעשריבן אומבאטאמט.
און איר וועט זען דעם פורעם:
דער אַרטיקל אָדער די אָפטיילונג נויטיגט זיך אין א קאָמפלעטער איבערשרייבונג. ביטע דאס דורכשמועסן אין דעם שמועס בלאַט. |
מחלוקת
רעדאַקטירן- מחלוקת איז א פורעם וואס איר קענט לייגן ביי דעליקאטע ארטיקלען וואס איז געמישט מיט פיל מיינונגען.
און איר וועט זען דעם פורעם:
אכטונג: יעדער ארטיקל פון וויקיפעדיע ווערט געשריבן נייטראל.
|
באדייטן
רעדאַקטירן- באדייטן איז א פורעם צו לייגן ביי א ווערט וואס האט עטליכע באדייטן.
און איר וועט זען דעם פורעם:
דאָס װאָרט קען זיך װײַטער צעטײלן צו עטלעכע באַדײַטן:
XXX
אױב איר זײַט אַהער געקומען דורך אַ לינק פֿון אַן אַרטיקל אין דער װיקיפּעדיע, װעלן מיר אײַך דאַנקען אױב איר קענט צוריק גײן צום בלאַט מיטן לינק װאָס האָט אײַך אַהער געשיקט, און פֿאַררעכטן דאָרטן אַז דער לינק זאָל שיקן פֿון הײַנט מאָל גלײַך צום ריכטיקן אַרטיקל. |
זעהט צו ביישפיל דא: שולע
שלום עליכם
רעדאַקטירן- שלום עליכם איז א פורעם צו באגריסן נייע באַניצער.
וועט איר זען דעם פֿארעם:
טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער יידיש-וויקיפעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.
שרײבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: הילף:רעדאקטירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "ווייזן פאָרױסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט.שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויפן "צושטעלן טעמע" צינגל וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן בײַם אויפֿהיטן אלס אן אונטערשריפט װעלכע אַנטהאַלט אײַער נאמען, און א לינק צו אײַער באניצער בלאט, און די פונטקלעכע צײַט און דאַטע.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באַניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באניצער, באדינט בדרך כלל דעם באניצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירושע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.
מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.
מיט דאנק
פון אלע וויקיפעדיע באניצער, לייענער, און שרייבער
קאָפּיע
רעדאַקטירן- קאָפּיע איז א פורעם צו שיקן באנוצערס וואס האבן קאפירט אינהאלט פון אומערלויבטע פלעצער.
און איר וועט זען דעם פורעם:
שלום עליכם!
מיר דאנקען דיר זייען פאר'ן שרייבן ארטיקלען אינעם וויקיפּעדיע.
אָבער דער אַרטיקל וואס האסט דא געשריבן צעברעכט ערשאַפֿער רעכטן.
לויטן וויקיפּעדיעס טאַקט טאר מען נישט קאָפירן אַרטיקלען פון אנדערע ערשאפערס. אויב דו ביסט ערלויבט (צוליב וואס) צו איר קאָפּירן, ביטע שרייב דאס אינעם רעדן-פלאץ, אדער צו איינע פון די אקטיווישע דירעקטאָרס.
וואָרענונג
רעדאַקטירן- וואָרענונג איז א פורעם צו אנווארן שרייבערס וואס האבן משחית געווען ארטיקלען ביודעים ובלא יודעים.
און איר וועט זען דעם פורעם:
געערטער באנוצער! מיר לאדענען אײַן אלע זיך צו באטייליגן אין דער וויקיפעדיע און העלפן דאס צו פארבעסערן. אבער ענדערונגען וואס זוכן צו רעדוצירן די קוואליטעט פון דער ענציקלאפעדיע זענען וואנדאליזם און שטרענג פֿארבאטן. אזוי למשל די רעדאקטירונג וואס איר האט אדורכגעפירט. מ'האט צוריקגעדרייט צום פריערדיקן מצב דעם בלאט וואס איר האט רעדאקטירט, ממילא איז קיין שאדן נישט געבליבן. אבער טאמער האלט איר אן אין דעם שטייגער קען מען אייך בלאקירן פון וויקיפעדיע. |
- ווען איר ווילט מאכן א רעדאקטירונג פראבע, קענט איר מאכן דאס אין דעם זאמדקאסטן.
- אויב איר האט געזוכט אן ארטיקל און אים נישט געטראפן, מ'קען איבערלאזן א בקשה אז עמעצער זאל אים שרייבן אין װיקיפּעדיע:בעטן ארטיקלען.
- אויב פילט איר אז אייערע ענדערונגען זענען נישט אין כלל פון וואנדאליזם, ביטע ערקלערט אייער מיינונג אויף דעם שמועס בלאט פונעם ארטיקל.
אויסגעמעקט
רעדאַקטירן- אויסגעמעקט איז א פורעם וואס לאסט וויסן דעם שרייבער אז זיין ארטיקל האט געמוסט אויסגעמעקט ווערן פונעם וויקיפעדיע. געווײנטלעך באקומט דער שרייבער אויך א פערזענליכע מעלדונג מיט אן ערקלערונג פארוואס האט מען געמוסט אויסמעקן זיין ארטיקל.
און איר וועט זען דעם פורעם:
שלום עליכם!
מיר דאנקען אײַך זייער פארן שרייבן ארטיקלען און פארן אויף בויען דער יידישער װיקיפּעדיע'ס ענציקלאָפּעדיע.
אָבער ליידער האבן מיר געמוזט אויסמעקן אײַער ארטיקל, פון וועגן אומערלויבטן אינהאַלט, אדער אן ארטיקל וואס איז צו קורץ צו האבן א פלאץ אין אן ענציקלאפעדיע. אויב איר האלט אז דאך זאל דער ארטיקל בלייבן ווייל איר האלט ביי פארברייטערן אים, דארפט איר ווענדן צו סיסאפן מיט א בקשה מבטל זיין דאס אויסמעקן און צוריקשטעלן דעם בלאט.
איר זענט אײַגעלאַדן צו ליינען דעם האנטבוך כדי צו פארשטיין בעסער די סטאנדארטן וואס וויקיפעדיע פֿאדערט.
פאראייניקן
רעדאַקטירןצומאלן ווערט געשריבן א געוויסע ארטיקל דורך צוויי מענטשן אויף איין ענין, נאר יעדער איינער האט געשריבן אן אנדער קעפל צום ארטיקל. ביי אזא פאל שטעלן מיר צוזאמען ביידע ווערסיעס אין איין ארטיקל אונטער א פאסיגע קעפל, און מיר שטעלן זיי צוזאם אדער בעטן מיר אנדערע זיי צוזאמען שטעלן. כדי צו אויפמערקן דעם ארטיקל אז מען דארף איר צוזאמען שטעלן, שטעלט אין אנפאנג פון דער ארטיקל דער מוסטער {{פאראייניקן|צווייטן-ארטיקל}} און איר וועט זען די טאוועלע:
דער ארטיקל איז פארגעשלאגן צו פאראייניקן מיט צווייטן-ארטיקל.
איר ווערט געבעטן אים פאַררעכטן.
נישט פארטיק בעט הילף פון אנדערע
רעדאַקטירןאויב איר פאנגט אן שרייבן אן ארטיקל, און איהר ווילט נאר שרייבן איין איינצעלהייט פון דעם ארטיקעל. אדער פלאנט איהר א קומענדיג מאהל צוענדיגען, און איהר ווילט אז אנדערע זאלען אויך צולייגען א האנט ביזדערווייל, לייגט איהר אריין די מוסטער {{נישט פארטיק}} כדי צו בייצייכענען אז אנדערע קענען אדער זאלן העלפן, די מוסטער לייגט מען ביים סוף פון ארטיקעל, ס'שטערט פון אנפאנג.
כדי צו צולייגן די פארעם, שרייבט אזוי:
און איהר וועט דאס זען:
דער אַרטיקל איז אין מיטן באַאַרבעטן. און עס קען זײַן קורץ, אומפארשטענדלעך אד"ג. ביטע ניט ענדערן דעם אַרטיקל כּל־זמן דער מוסטער איז דערבײַ. דער מוסטער קען בלײַבן ביז אַ װאָך אָן דײַטיקע ענדערונגען. |