װיקיפּעדיע:קראנטשאפט
דער בלאט טוט באהאנדלען צוויי הויפט און עיקר'דיגע וויקיפעדיע פאליסיס: וויקיפעדיע:פעסטשטעלן און װיקיפּעדיע:קיין אריגינעלע פארשונג
וויקיפעדיע איז אן ענציקלאפעדיע וואס איר אינהאלט מוז קענען ווערן פעסטגעשטעלט. דא דערלאזט מען נישט קיין ערשט האנטיגע אינפארמאציע וואס איר האט אליין מיטגעלעבט פון עקספיריענס, אפילו גוטע עצות און ארגומענטן אויב האט דאס נישט קיין ריכטיגע פראפעסיאנאלע מקור דארף דאס ווערן אויסגעמעקט.
די הויפט טענה פון דער אלגעמיינער וועלט איבערהויפט די שריפט שטעלער איז אז מיר זענען אפאר נארישע מענטשן אן קיין דזשאב וואס ווילן האבן א מיינונג און קיינער הערט זיי נישט אויס קומען זיי ארויף אויסנוצען וויקיפעדיע זיך צו אויסגעבן. דאס איז אבסאלוט פאלטש. מיר מעקן תיכף אזעלכע סארט געשרייבאכצער אפילו עס איז הונדערט פראצענט אמת טאמער קען דאס איינער טשעלענדזשן דארף דאס קודם ווערן אראפגעשריבן ערגענץ אנדערשט און ערשט דערנאך קען דאס דא ווערן דאקומענטירט דא אין דעם אוצר און איינזאמעלונג פון דאקומעטירטע דעת.
וויקיפעדיע פראצעס לויטערט אויס אינפארמציע ווי א דיאמאנד שטיין
רעדאַקטירןאנדערשט ווי א נארמאלע ענציקלאפידיע וואס דארטן קען מען אפשר פארשטיין אז מ'זאל אוועקשטיין פון מחלוקת און נעגאטיווע אינפארמאציע וואס האבן שלעכטע מאטיוויציעס. אבער וויקיפעדיע איז דאך דער ציל דאס אוועקטאן און איבערשטייגן דעם שטרויכעלונג, ווייל וויבאלד מיר זענען פריי פאר יעדן איינעם צו פארעכטן, גייט אונז דערפאר נישט אן וואסארא מאטיוויציעס דער שרייבער האט געהאט בשעתן שרייבן, ווייל עווענטואל קומט אן אנדער שרייבער און פארעכט די האס און ווילדן טאן, ממילא ווערט דאס אויס נעגעטיוו, קומט דאך אויס אז רוב מאל די קולות און טענות פון די צענזור חסידים איז פשוט פון פוילקייט, אז זיי זענען פויל צו פארעכטן דעם אינפארמאציע פון נעגעטיוו צו פאזיטיוו. - עס איז נישט פארהאן קיין זאך אין די וועלט וואס מ'זאל נישט קענען מצדיק זיין און דן זיין לכף זכות ווי דער חיוב.
דינאמישקייט און קראנטשאפט פון אינפארמאציע
רעדאַקטירן- דינאמישקייט:
אנדערשט ווי סתם אן ענציקלאפעדיע אדער סיי וואסארא אינפארמאציע ווערט דאס אוועקגעלייגט אויפן זכרון און פארגעסן מיט די צייט, אבער וויקיפעדיע איז א געצייג וואס איז ביי יעדן אינטערנעט פארטאל און בלעטערער אריינגעבויט דאס צו אויפפרישן יעדע צייט אויף ענדלאזע דורות; זיך צו דערוויסן און לערנען די אינפארמאציע און דאס טוישן לויט זייער פארשטאנד.
אנדערשט ווי א איינפאכע ענציקלאפעדיע, וואס די רעדאקטארן ענדיגן זייער איבערקוקונג און פארעכטונג צו אן ארטיקל פאר עס גייט צום דרוק, איז דער רעדאקטירונג פאזע פון א וויקיפעדיע ארטיקל קיינמאל פארטיק. וויקיפעדיע איז אויסגעשטעלט אז אן ארטיקל וועט מען קענען פארכעטן מיליאנען יארן ארום, ווען מען וועט געוואור ווערן פרישע מיינוגען איבער פאקטן וואס קוקן היינט אויס אנדערשט.
- קראנטשאפט:
1) מען דארף נעמען אין באטראכט אז אלעס וואס ווערט געזאגט פון א מענטש אויף דער וועלט, איז מיט נגיעות און חשבונות, קיינער וועט נישט רעדן אדער שרייבן אמת אויב האט ער נישט עפעס דערפון, רוב מאל איז דאס פשוט כבוד, נאכדעם איז דא געלט דערין, ווי ביי א נארמאלער ענציקלאפעדיע, אבער וויקיפעדיע איז די קראנטסטע און מערסטע טראסטבארע אינפארמאציע, ווייל דא שרייבט מען מיט איין אינטערעסע, נישט געלט און נישט כבוד נאר בלויז זיך צו דערויסן און לערנען דורך איינטוישן וואס איך ווייס כדי דו זאלסט צוריק טוישן וואס דו ווייסט. און איך וויל דיך נישט זאלסט מיר פארציילן שקר, איז וואטשט איך מוראדיג שטארק נישט דיר צו פארציילן שקר, ווידעראום ביי געלט קען איך דיר יא זאגן שקר אויב מאך איך פשוט מער געלט פון שקר. אדער ביי כבוד קען איך דיר יא פארציילן שקר אויב דאס וועט מיך פשוט ברענגן מער כבוד. אבער סאיז נישט פארהאן אזא באגריף צו פארקויפן שקר כדי צו באקומען אמת. ממילא אין די לאנגער משך פון א שטיק תקופה (נאכן מבטל זיין שטותים און ליגענט פון צייטווייליגע היציגע פאליטיקער און ביזנעס עדווערטייזער דורך דער אויסשטעל פראדעצור פון וויקיפידיע סיסטעם) איז די אינפארמאציע אין וויקיפידיע מער קראנט, באלערנד און אמת ווי יעדע ענציקלאפעדיע אדער חינוך וועב סייט.
2)
3) אנדערשט ווי סתם אן ענציקלאפעדיע, וואס ווערט איבערגעקוקט פון דריי צו פיר מענטשן, ווערט יעדער ארטיקל פון וויקיפעדיע איבערגעקוקט און פאראכטן פון מיליאנען מענטשן.
אפילו מיר האבן מנהלים מיט 3 גרעסערע טעכנישע כוחות קען ער נישט ארויפצווינגן זיין דעת אויף וויקיפעדיע אינפארמאציע
רעדאַקטירןלאמיר צולייגן וואס איז מער א סיסאפ פון א פשוטער באנוצער: מיט גארנישט ער קען בלויז טאן טעכנישע אקטען וואס אפעקטירן נישט במישרין אדער בעיקופין די אינפארמאציע, אויב זעהט איר אז איינער א סיסאפ האט אין אייערע אויגן געמאכט א טריק צו צווינגן זיין דעת ריפארט דאס פאר די העכערע פון אים קודם דער סטוארט און ביז סעקונדעס ווערט יענער אויס סיסאפ! דא אין אידישען וויקיפעדיע זענען קוים דא באנוצער אבער 2 סיסאפן זענען שוין געפלויגן פון זייערע האקעלע פאזיציעס פארן דאס אביוזן. ענדערשטער זאל נישט זיין קיין סיסאפ און זאל זיין דא טויט ווי איידער סיסאפ אביוז ווייל אז עס איז טויט מיינט נישט אז מארגן וועט דא אויך זיין טויט, אבער סיסאפ אביוזער פארזיכערן דא אז די טויט זאל זיין פאר שטענדיק אן קיין תחיית המתים.
איצט וואס זענען זיינע טעכנישע כוחות?
- אויסמעקן בלעטער. זאגט אייך נישט קוקט דא: װיקיפּעדיע:אויסמעקן פאליסי.
אפילו ער וועט זיך מאכן מליאנע סאקפאפעט נעמען אין מאכן וואוטס דאס אראפנען קען ער נישט ברעכן דעם פאליסי.
לכוארה וועט איר דאך פרעגן א גוטער קשיא: אויב איין מנהל וויל זיין צד זאל זיגן איבער אן ענין קען ער דאך פארשפארן די בלאט פאר יעדן איינער צו טוישן אין זיין מיינונג געווינט?
ניין! קוקט אריין אין פארשפארן בלאט פאליסי. און זעהט ווי שטארק דאס רורט אן אייער פראבלעם. ער קען נישט פארשפארן א בלאט וואס ער האט שוין אויסגעדרוקט א מייוננוגס פארשידענהייט ווייל ער איז א נוגע בדבר. און אין אלע וויקיפעדיעס איז דאס א שרעקליכער אביוז וואס ער ווערט אויס מנהל פאר דעם. און אפילו ער וועט מאכן אן אנדער נאמען און זיך נאר בלויז טענה'נען מיט יענעם נאמען אבר דערנאך פארשפארן מיט זיין סיסאפ נאמען דאס איז אויך נישט ערלויבט קוקט אריין אין סאקפאפעט פאליסי וויאזוי מיר געבן זיך אן עצה מיט אט דעם פראבלעם.
אדער וועט איר פרעגן א סיסאפ קען דאך ארויסבלאקירן עני יעדע באנוצער וואס שרייבט אנדערשט ווי ער וויל דורך אים באטיטולן וואנדאל. אויף דעם איז דער תירוץ, עס איז נישט קיין הפקר וועלט, דער ווארט וואנדאל האט א [[מיינונג]: אין דעם איז דא 12 סעיפים זייער קלאר וואס יענעם'ס עבירה איז און מען קען נישט סתם אזוי שרייען וואנדאל. און טאמער מאכט מען זיך סאקפאפעט נעמען וואס שרייען אויך וואנדאל איז דאס פונקט ווי איינער שרייט וואנדאל עס האט נישט קיין שום האפט. וואס יא מען קען יענעם לעיבעלן אלס טראל אזא סארט נערווען קריכער און אויף דעם איז אויך דא אנווייזונגען פונטקליך וויאזוי מען באהאנדעטל דאס עס זאל נישט אפעקטירן די דעמאקראטיע פון אינפארמאציע זעה וויקיפעדיע:טראל.
איינער מיט אסאך צייט קען דא געווינען די פאקטן?
רעדאַקטירן- די וואס האבן איבעריג צייט און נוצען דאס צו צווינגען זייערע מיינונגען און משוגעתן אויף די וועלט הייסן נערווען קריכער. דא האט איר פאליסי וויאזוי מען פייט זיי טריט און שריט; װיקיפּעדיע:טראל
זעהט קודם די פאליסיס און אנווייזונגען וויאזוי דאס צו פארמיידען; הילף:צוריקדרייען; הילף:קורץ ווארט; נישט צוריקדרייען אן אויפקלערונג; און נישט צוריק דרייען מער ווי 3 מאל אין מעת לעת
מען ווערט אויסגעשפארט פארן טשעפענען פרעמדע באנוצער שלא לענין. זעה פאליסי: נישט טשפענען אנדערע באנוצער. אין 2 סיסאפן זענען שוין געווארן אויס סיסאפ אבער נישט אויסגעשפארט ווייל זייער טענהריי איז געווארן סוקסעספול אויסגעטייטשט ווי טשעפנען אבער נישט אינגאנצען טשעפנען אן קיין סיבה דעריבער זענען זיי נאך נישט אויסבלאקירט אינגאנצען. זעה אויסבלאקירן פאליסיס