װיקיפּעדיע:אקטועלע געשעענישן

(אַריבערגעפֿירט פון װיקיפּעדיע:נייעס פאליסי)

די פארטאל:אקטועלע געשעענישן איז דער בלאט ווי די וויקיפעדיע באניצער שטעלן אריין אהין אלע ארטיקלן וואס זענען אין די אקטועלע געשעענישן ד.ה. אז די אנציקלאפעדיע ענינים ווערן יענעם טאג אקטועל.

וויקיפעדיע האט איין אויפגאבע און מיינונג: ענציקלאפידיע, דאס איז נישט קיין טשעט שטוב אדער קאמיוניטי וועב סייט און זיכער נישט קיין צייטונג. אבער כדי צו שאפן א פולשטענדיגע ענציקלאפעדיע פארלאנגט זיך אזא צייטווייליגע טריק, צו שרייבן די נייעס און אקטועלקייטן אויפן הויפט בלאט און אין א פארטאל צו ציען די אינטערעסע פון ליינער וואס האלטן סייוייסיי מיט די נייעס און קאכן זיך אין אירע טעמעס זיי אונטערצורייצען אז זיי זאלן אהער קומען אויפצופירישן און בארייכערען אירע ארטיקלן אין וויקיפעדיע.

2 פלעצער קענען געשריבן ווערן נייעס: פאר די ברענעדיגע אינעם "אקטועלע ארטיקלען" פלאץ. און פאר די ווייניגער אינטערסירעדיגע אין דעם פארטל, פארטל:אקטועלע געשעענישן

אין דעם "אקטועלע ארטיקלען" פלאַץ ווערט באוויזן נאר 10-12 צעקאכטע ניַיעס, און אין "פארטל:אקטועלע געשעענישן" פלאַץ ווערט באַוויזן אַלערליי ניַיעס אָן אַ גרעניץ.

פאליסי און אנווייזונגן וואס און וויאזוי מען זאל שרייבן נייעס

רעדאַקטירן
  1. פרישע אקטועלקייטן גייען פון אויבן, נעמט אראפ די אונטערשטע און פירט דאס אריבער צו פארטל:אקטועלע געשעענישן.
  2. דאס איז אבאלוט נישט געאייגענט צו באריכטן אקטועלקייטן. נאר בלויז שטעלן לינקס צו זיי, כדי אויפלעבן און בארייכערן די אקטועלע ארטיקלן וואס יעדער איינער רעדט און טראכט סיי ווי דערפון, דורך לאדענען די ליינער זיי זאלן דאס בארבייטען און געבן פון זייערע קענטעניסן, דעריבער טוט שטעלן 2 אזעלעכע סימבאלן [[]] צו די ארטיקלן פון ביידע זייטן פון ווארט. - ווייל דאס איז די גאנצער ציל דאס זאל ווערן לינקס.
  3. נישט שרייבן קיין איבעריג ווארט. נאר איין שורה וואס אנטהאלט בלויז ווערטער וואס פירן צו ארטיקלן.
  4. נאר שטעלען מיט פרעסטיזשפולער מקור אז דאס איז אקטועל. אזוי: ([מקור]). (עני זאך אן א מקור זאל אראפגענומען ווערן און באטראכט ווערן ווי א פארברעך)
  5. ווען עס שאפט זיך א מחלוקת איבער אן ארטיקל צו איז דאס טאקע אקטועל, קען מען האבן נאך איינעם מיטצושטימען מיט זיך און דאס אראפנעמען, וויבאלד 2 חברה זאגן אז פאר זיי איז דאס נישט אקטועל דארף דאס ארפאקומען, ווייל דער מוסטער איז דער הויפט פנים פון וויקיפעדיע זייענדיג אויפן ערשטן זייט.
  6. ביטע אויפאפסען נישט צו לייגן פון שוואכע מקורות ווי למשל פון בלאגס, שמועס גרופעס, פרעסרעליסעס, טשעטרום'ס, וכדו'. ווען מען איז געצווינגען זאל מען דאס שרייבן נייטראל.


וו.צ.ב. שרייבט אזוי דעם טיטל:
* '''[[ה.נ.]]''' [[אריאל שרון]] איז שטארק [[קרענק|קראנק]]

און איר וועט דאס זעהן אזוי:
* ה.נ. אריאל שרון איז שטארק קראנק

הילף אינהאַלט




פאליסיס
פרינציפן

פינף זיילן
וואס וויקיפעדיע איז נישט

ארטיקל סטאנדארטן

נייטראל
צייגט מקורות
ביאגראפיעס פון לעבעדיגע מענטשן
נאמען פון ארטיקל

צוזאמענארבעט מיט אנדערע

זיך אויפפירן העפליך
קאנסענסוס
קיין פערזענלעכע אטאקעס
לייזן מחלוקת'ן