װיקיפּעדיע:יידיש, יודיש, אדער אידיש

(אַריבערגעפֿירט פון װיקיפּעדיע:אידיש אדער יידיש)
הילף אינהאַלט



װיקיפעדיע איז אן אפענער און פרײַער פראיעקט פאר דער יידישער שפראך. דאס הײסט דא שרײבט יעדער אין זײַן דיאלעקט אויף זיין אויסלייג סיסטעם אידיש צי ייִדיש צי יודיש, דאך איז דא אױף די קעפלעך פון ארטיקלן די דאזיקע פאליסי כדי מען זאל זיך נישט באוועגן דא ארטיקלען איינער דעם אנדערן אין ענדלאזע רעדאקטירונגען געראנגלען.

יידיש איז א שפראך וואס מען שרייבט אין עטלעכע וועגן:

דער ערשטער וועג איז די מער שטודירטע און דורכגעארבייטע אבער ווייניגער באניצטע פראפסיאנעלע אוניווערסיטעט אויסלערנען שפראך - וואס איז באשטימט געווארן דורך דעם "ייוו"א אינסטיטוט" און איז פאררעכנט ווי אן אקאדעמישע יידיש.

דער אנדערער וועג איז די היימישע אידיש אויסלייג וואס די פרומע חרדישע געמיינדעס ניצן, און ווערט געשריבן היינט דורך א סך חסידישע אידיש רעדער. דאס איז דער וועג וואס איז היינט צוטאגס אממערסטנס באנוצט ביי די וועלכע באנוצן זיך מיט אידיש אלס זייער הויפט אומגאנגס שפראך.

די חילוקים צווישן ביידע וועגן זיינען נישט גאר גרויס אזוי ווי איר קענט דא לייענען, אבער די גרויסע מערהייט יידיש רעדער פארשטייען אלע סארטן אויסלייגן (אין זייערע באקאנטע טעמעס).

מיר ענדערן נישט פון איין וועג צום צווייטן (סיידן אויב רוב ארטיקל איז שוין געשריבן אויף א געוויסן וועג קען מען פאראייניקן אלע ווערטער צו דעם וועג).

יידישע ווערטער וואס זיינען ניט באקאנט פארן המון עם (צוליב דעם וואס די ווערטער זיינען ניי, אדער צוליב דעם וואס די ווערטער זיינען פון א זעלטענע קלאסיפיקאציע און ווערן ווייניק גערעדט) ווי צב"ש אן air conditioning. קען מען זיך העלפן מיטן גוגל צו געפינען ווי אזוי דאס צו שרייבן, אדער זוכן דאס פאסענדע אידיש ווארט אין א וויקיפעדיע:ווערטערבוך.


וויקיפעדיע אנווייזונגען
אינהאלט

אויטאביאגראפיע
קאפירט נישט קיין מקורות

קלאסיפיקאציע

אונטערבלאט
באדייטן
קאטעגאריעס, רשימות און מוסטערן
קאטעגאריזאציע

רעדאקטירן

זייט דרייסט
Build the web
קורץ ווארט
Article size

רעדן

רעדן
אונטערשרייבן
בויט אויף קאנסענסוס

אויפירונג

עטיקעט
דן זיין לכף זכות
Do not disrupt Wikipedia to illustrate a point
Don't bite the newcomers
באניצער בלאט

סטיל
האנטבוך
זעט אויך אפיציעלע פאליסי ליסטע