שאמפאניע
שאמפאניע איז א גאזיגע וויין געטראנק, וואס ווערט פאבריצירט אין שאמפאן באצירק אין פראנקרייך.
די רעכטן צו פאבריצירן דאס וויין איז געהאלטן אויף בלויז די געגנט, לויט דעם מאדריד אפמאך, בלויז וויין וואס קומט פון אט דעם ראיאן קען גערופן ווערן שאמפאניע.
אויף די פאבריקאציע, איז פארהאן אן אויפזיכט פון די "וויין פארבאנד אין שאמפאן", זיי דעקלערן די געזעצן וואס רעכנט אריין וועלכע סארטן טרויבן קענען גענוצט ווערן, ערטער ווי עס מעג וואקסן און נאך.
עס זענען פארהאן נאך ערטער ווי עס ווערן פאבריצירט גאזיגע וויין איבער די וועלט, אבער וויבאלד די רעכטן פארן נאמען ווערן געהאלטן נאר צו די וויינען וואס קומען פון שאמפאן, פלעגט מען זיי רופן "וויין פאבריצירט לויטן שאמפאניער סטיל".
אין שפאניע ווערט פאבריצירט קאווא, אין איטאליע לאמברוסקא, וואס זענען גאזיגע וויין.
פאבריקאציע
רעדאַקטירןדי טרויבן צו פאבריצירן דאס וויין איז שארדאנע, פינא נואר, אדער פינא מאניע.
געווענליך וועט די וויין זיין ווייס, אפילו אויב מען נוצט רויטע טרויבן, וועט די וויין זיין וויס, דאס איז וויבאלד די שאלאכטץ און די קערנדלעך ווערן נישט אריין געלייגט אין די וויין. אויב איז די שאמפאניע ראזע אדער רויט, איז דאס צוליבן צולייגן רויטע וויין אין שפעטערדיקע פאזעס.
די טרויבן ווערן געקליבן הארט אנהייב סעזאן, ווען די צוקער אין די פרוכט איז נידריק, און די טעם איז ביטער.
דאס פרעסן די טרויבן איז אויפן טראדיציאנעלן שטייגער ווי געהעריקע וויין, די זאפט הייבט אן קאכן און די צוקער ווערט אלקאהאל, די קוילן זייערס ווערן ארויסגעלאזט, און מען מישט צו אנדערע סארטן וויין.
נאכן אריינמישן אנדערע סארטן וויין, לייגט מען אריין די וויין אין באטלעך, מיט הייוון און אביסל צוקער. די באטלעך ליגן אויף די זייטן, און די קוילן זייערס ווערן נישט ארויסגעלאזט, די מאס צוקער וואס מען לייגט אריין וועט אויסמאכן די וויין ווי גאזיג עס זאל זיין.
די וויין אין די באטלעך וועלן קאכן צווישן א האלב יאר ביז דריי יאר, די פאזיציע פון די באטלעך ווערן געטוישט יעדן טאג, ווי צום ענדע וועט עס ליגן פארקערט מיט די האלדז אויף אראפ.
שפעטער ווערן די באטלעך געעפענט וואס ווערט געטון מיט גרויס פארזיכטיגקייט, די קראפט פון די איינגעשפארטע געטראנק און גאז, איז אן אונגעהויערע דרוק.
די וויין ווערט אוועקגעלייגט אויף צו אלט ווערן אויף אמווייניגסטנס דריי יאר, סמערהייט פאבריצירער לייגן אוועק די וויין צווישן זעקס ביז אכט יאר.
די פארפעסיאנעליסטן האבן מיינונגס פארשידענהייטן, איבער וועלכע וויין איז בעסער פרישע וויין אדער וויין וואס ווערט אוועק געלייגט.
די גאז אין שאמפאניע איז א נאטורליכע, אנדערש פון אנדערע גאזיקע וויינען וואס קוילן זייערס ווערן צוגעלייגט דורך די פאבריצירער, די אונטערשידט זעט זיך אן ביים אריינגיסן אין א גלאז, די גאז פון אנדערע וויינען וועט שנעל אויסוועפן, בעת שאמפאניע געדויערט עס א וויילע ווילאנג עס הייבט אן וועפן.
היסטאריע
רעדאַקטירןאנגעהויבן האט זיך עס אין מיטלאלטער, ווען קירכעס און מאנאסטירן, האבן געהאט וויינגערטנער צו מאכן וויין.
די קעניגן אין פראנקרייך פלעגן זיך אפט באנוצן מיט שאמפאניע, און פלעגן דאס שיקן אלס געשאנקען צו אנדערע קעניגן, ביים אויפנעמען א נייעם קעניג אין פראנקרייך איז שאמפאניע געווען דאס טראדיציאנעלע געטראנק.
אין 17טן יארהונדערט, איז דאס געטראנק געווען שטארק פאפולער אין אלע קעניגליכע פאלאצן איבער אייראפע.
עס איז שטארק פארשפרייט ביי גרויסע באלן און ספארט געשעענישן, צו פייערן מיט עפענען א באטל שאמפאניע, ווען די דעקל פליט פון די גאז קראפט, און דאס געטראנק שפריצט. אנדערע זענען זייער פארזיכטיק ביים עפענען, און מאכן זיכער אז עס ווערט געטון איידלערהייט.
די שאמפאניע ווערט סערווירט אין א ספעציעלע גלאז, וואס איז געמאכט געווארן אז די גאז זאל נישט וועפן שנעל, און דאס געטראנק זאל נישט ווערן אנגעהיצט פון די האנט.
די בעסטע טעמפעראטור צו סערווירן שאמפאניע איז 7 גראד, אפטמאל מיט שטיקער אייז כדי דאס געטראנק זאל בלייבן קאלט.
אייער ליקער · אראק · ליקער · אוזו · באדווייזער · בלאסע לאגער · ביר · בראנפן · דזשין · וואדקע · וויין · וויסקי · מעד · קאניאק · ראם · שאמפאניע · שליוואוויץ · בערבעין · ברענדי | |