פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2006 דעצעמבער 17
- וועד הרבנים (סעלפאון) קלאגן אן ספרינט און נעקסטעל אין געריכט פארן ברעכן קאנטראקט און יא ערלויבן טעקסט מעסעדזשס אויף די כשר צעלפאנען, דערמיט אנמאכענדיג 150,000 דאלער שאדן פארן וועד. און אויך פארן ארויסלאזן א פאלשער ליגענט לשון הרע אז די וועד האט באצאלט פאר די אינטערנעט האלאקאוסט פארגלייכענדיג עדס און דער איד און אין דער בלאט. [1]. - די געריכט פאפירן. [2]. די עדס וואס די וועד לייקענט אז זיי זענען פאראנטווארטליך און קלאגן דערפאר ספרינט. [3]
- היברו וויקיפעדיע פייערט זייער דערגרייכונג פון דעם 50,000'טער ארטיקל, מיט חנוכה פארטי. [4]
- אל על האט שאדן א מיליאן שקל טעגליך פון די חרדישע בויקאט וואס האט זיך נאך אפילו נישט אנגעהויבן. [5]
- הארץ (צייטונג) האלט אפ אינטערוויאו מיט קאנאדער פרוי וואס האט געכאפט שלעק פון חרדישע מענער פארן נישט זיך וועלן רוקן אין בעק פון באס אין ירושלים. [6]
- ניו יארק סענאטור טשאק שומער און חרדישער אסעמבלי ספיקעיר שעלי סילווער צינדען וועלטס גרעסטע מנורה אין 5'ט עוועניו ביי סענטראל פארק אין מאנהעטען. [7]
- זיכערהייט אנווייזונגען בנוגע מנורה חנוכה ליכט צו פארמיידן א פייער. [8]
- טעלעוויזען אינטערוויאו פון אוריילי פעקטאר מיט חב"ד רב וואס האט געבעטן ארויפלייגן א מנורה אין סיאטעל עירפארט און זיין האבן אראפגענומען אלע קרייצמעך ביימער אלס אנטווארט. - ווידאו. [9]
- סאטמאר מחלוקת: ריס אינערהאלב זאלוינים: ר' אברהם לייטנער האט יא מתיר געווען און געשטיצט די נטורי קרתא וויזיט קיין איראן חורבן אייראפע לייקענער קאנפארענץ קעגן די איסור פונעם סאטמאר רבי ר' זלמן לייב טייטלבוים און זיין בית דין ר' שלמה לייב וויינבערגער מיט ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן, ר' זלמן לייב פילאפ און ר' חיים דוד כ"ץ. [10]
- ראביי הערץ פרענקל ענגליש פרינציפל פון סאטמאר בית רחל, און לאנג יעריגע שטוב מענטש ביים פריערדיגען סאטמאר רבי יואל טייטלבוים ז"ל, טרעט אויף אויף זאב ברענער ראדיא שוי איבער סאטמאר שיטה וואס עס איז אנדערשט פון נטורי קרתא. [11]