שמואל ראזאווסקי

ראש ישיבה פון פאנאוויעזש, בני ברק

הרב שמואל ראָזאָווסקי (גבוירן כ"ב טבת ה'תרע"ג, 1טן יאנואר 1913, גראדנע ליטא - כ"ז תמוז ה'תשל"ט, 17טן יולי 1979, בני ברק ישראל) איז געווען דער ראש ישיבה פון דער פּאָניוועזשער ישיבה אין בני ברק. זיינע שיעורים האָבן געצויגן אסאך תלמידים, און זיין לומדות האט געהאט א גרויסן איינפלוס איבער דער ישיבֿישער וועלט.

שמואל ראזאווסקי
מיט הרב משה שמואל שפירא ראש ישיבת באר יעקב
מיט הרב משה שמואל שפירא ראש ישיבת באר יעקב
געבורט 1 יאנואר 1913
כ"ב טבת ה'תרע"ג
גראדנע, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 17 יולי 1979 (אלט 66)
כ"ז תמוז ה'תשל"ט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט פאנאוועזשער בית עולם רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באלאנג ליטוואקעס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
זיינע רביס שמעון יהודה הכהן שקאפ, יצחק זאב הלוי סאלאווייטשיק, ראובן כ״ץ רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
הרב שמואל רוזובסקי (יונגט) מיט הרב אברהם ישעיהו קרליץ החזון איש מיט הרב חיים יעקב הלפרין מיט תלמידים
מציבה פון הרב ראזאווסקי

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

ער איז געבוירן געווארן אין גראדנע (הוראדנא) לרב מיכל דוד ראָזאָווסקי, איינער פון די מורה הוראה׳ס אין שטאט. ער האט געלערנט אין דער ישיבה ״שער התורה״ ביי רבי שמעון שקאפ – פון וועמען האט ער אויסגעלערנט זיין דרך אין לערנען. אין יאר ה'תרצ"ו איז ער ארויף קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט זיינ׳ס א ידיד הרב זלמן ראטבערג, שפעטער געווארן ראש ישיבה אין בית מאיר, כדי זיך צו פארמיידען פון ווערן אריינגענומען אין דער פוילישער מיליטער. די צוויי האבן געלערנט אין דער פתח תקווה ישיבה ביי הרב ראובן כץ, וואס האט זיי געהאלפן באקומען סערטיפיקאטן כדי אריינצוקמען אין ארץ ישראל.