הרב ישראל מאיר לאַו (געב' כ"ב סיון ה'תרצ"ז, פיעטרקאוו, 1טן יוני 1937) אין דער הויפט רב פון תל אביב, און א געוועזנער הויפט רב פון ישראל (תשנ"ג - תשס"ג). ער איז אויך דער פארזיצער פון יד ושם.

ישראל מאיר לאו
געבורט 1 יוני 1937 (אלט 87)
כ"ב סיון ה'תרצ"ז
פיעטרקאוו, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באלאנג חרדים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
6טער אשכנזישער הויפט רב אין ישראל
1993 – 2003
(בערך 10 יאָרן)
www.lau.co.il
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

הרב לאו איז געבוירן געווארן כ"ב סיון תרצ"ז אין פיעטרקאוו צו זיין פאטער הרב משה חיים לאו, דער לעצטער אב"ד פון פיעטרקאוו, און זיין מוטער מרת חיה פרענקל־תאומים. ער שטאמט פון 38 דורות רבנים בן אחר בן. מ'האט אים געגעבן דעם נאמען מאיר נאך הרב מאיר שפירא.

יולי 1945 האט מען אים באפרייט פונעם בוכנוואלד קאצעט.

ווען ער איז געווען אלט 22 יאר האט ער געהייראט מרת חיה יוטא, די טאכטער פון הרב יצחק ידידיה פרענקל, וואס איז שפעטער געווארן הויפט רב פון תל אביב.

אין תשס"ח האט מען אים באשטימט פארזיצער פון יד ושם.

פון תשל"ח ביז תשמ"ח איז ער געווען הויפט־רב פון נתניה. אין תשמ"ח האט מען אים באשטימט הויפט רב פון תל אביב. אין תשנ"ג איז ער געווארן דער אשכנזישער הויפט רב פון ישראל. ער איז געבליבן אין דעם אמט 10 יאר, נאכדעם האט ער געמוזט ענדיגן זיין קאדענץ לויטן געזעץ. תשס"ה איז ער געווארן א צווייט מאל הויפט רב פון תל אביב ביז ער איז געווארן אלט 80 אין תשע״ז.

אַ טייל פון זיינע ספרים:

  • יחל ישראל (שו"ת)
  • אל תשלח ידך אל הנער

הרב ישראל מאיר לאו און מרת חיה יוטא האבן אכט קינדער:

  • הרב משה חיים, געווען רב אין נתניה פון תשמ"ח ביז ??
  • הרב דוד, אשכנזישער הויפט־רב פון ישראל זייט תשע"ג
  • הרב צבי יהודה, רב פון סאוויאן און רב פון קהל חסידים אין פתח תקוה
  • מרת מרים, ווייב פון הרב אליעזר סאראצקין, רב פונעם רמת אפרים געגנט און דירעקטאר פון לב לאחים
  • מרת תהילה נחמה, ווייב פון הרב בנימין קאַהן, ראש ישיבה פון "חיי משה", ירושלים
  • מרת רחל, די ווייב פון הרב יחזקאל שיינפעלד, רב אין רמת אביב
  • מרת שירה, ווייב פון הרב אריאל שווייצער, א דיין אין אשדוד
  • מרת רבקה, ווייב פון הרב משה קירשטיין, ראש ישיבת "נתיבות יצחק" אין תל אביב
פֿריערדיגער:
הרב אברהם אלקנה כהנא שפירא
אשכנזישער הויפט רב פון ישראל
תשנ"ג - תשס"ג
"יחל ישראל"
נאָכפֿאלגער:
הרב יונה מעצגער