אברהם רובינשטיין (געבוירן ל' סיון תשי"ח, 18טן יוני 1958) איז דער בירגערמייסטער בני ברק, זייט 2018, און סעקרעטאר פון דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה.

אברהם רובינשטיין
געבורט 18 יוני 1958 (אלט 66)
בני ברק, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט פאנאוועזשער ישיבה, אור ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באשעפטיגונג פאליטיקער, רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פארטיי דגל התורה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
בירגערמייסטער פון בני ברק
20 נאוועמבער 2018 – מכהן
(5 יאָרן)
ממלא מקום פאר בירגערמייסטער פון בני ברק
20132013
וויצע־בירגערמייסטער פון בני ברק
2004 – נאוועמבער 2018
סעקרעטאר פון דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

רובינשטיין איז געבוירן געווארן אין בני ברק, צו זאב און שרה רובינשטיין. ער האט געלערנט אין דער אור ישראל ישיבה אין פתח תקוה און נאכהער אין דער פאנאוועזשער ישיבה. ער האט געהייראט יהודית אלפא, אן אור־אייניקל פון הרב מאיר קארעליץ. נאך זיין חתונה האט ער געלערנט אין כולל חזון איש.

אין די תש"ם יארן איז ער געווען איינער פון די גרינדער פון דער "נחלת משה" שול אין בני ברק. ער איז דער הויפט גבאי פון דער שול, און דורך זיין איניציאטיוו איז די שול געווארן א צענטער פון שיעורי תורה. אויך פירט ער די הנהלה פונעם כולל אין דער שול וואס ציילט הונדערטער יונגעלייט.

רובינשטיין איז א מיטגליד אין דער סעקרעטאריאט פון דער דגל התורה פארטיי. סוף פון די תש"נ יארן האט מען אים באשטימט סעקרעטאר פון דער מועצת גדולי התורה פון דגל התורה. אין ראם פון זיין אמט פירט אן שליחותן צווישן די רבנים פון דגל התורה.

אין תשנ"ח האט מען אים דערוויילט צום בני ברק שטאטראט אלס דעלעגאט פון דגל התורה. נאך די וואלן אין 2004 איז ער געווארן וויצע־בירגערמייסטער.

אזוי ווי דער בירגערמייסטער פון בני ברק יעקב אשר איז געווארן דערוויילט א דעפוטאט אינעם 19טן כנסת אין דער יהדות התורה ליסטע, האט די שטאטראט באשטימט רובינשטיין איבערצונעמען דעם אמט פון בירגערמייסטער ביז די קומענדיקע לאקאלע וואלן אין נאוועבמבער 2013.

רובינשטיין איז מקורב צו הרב חיים קאניעווסקי. די צוויי זענען מחותנים: רובינשטיין האט א זון אן איידעם ביי הרב שלמה קאניעווסקי, ראש ישיבה פון קרית מלך, א זון פון הרב חיים קאניעווסקי. הרב קאניעווסקי האט רעקאמענדירט רובינשטיין ווי דער קאנדידאט צו פארבייטן יעקב אשר, או האט געשריבן צו הרב אהרן לייב שטיינמאן, פארזיצער פון דער מועצת גדולי התורה: "זעט מיר אויס אז דער פאסנדער מענטש צו ווערן בירגערמייסטער איז אונזער ידיד הרב אברהם רובינשטיין, ער פרעגט דאך אויף יעדער זאך און טוט וואס מ'הייסט אים, און ער איז שטארק באליבט אויפן עולם".

רובינשטיין און זיין ווייב יהודית אילפא האבן געהאט זין חיים שאול און ישראל און נאך קינדער.


בירגערמייסטער פון בני ברק
יצחק גערשטנקארן משה באַגנא ראובן אהרנאוויטש שמואל וויינבערג שמעון סיראקא ישראל גאטליב יצחק מאיר משה אירנשטיין
1939 - 1954 1954

1957 - 1959
1954 - 1957

1959 - 1966
1966 - 1968

1978 - 1983
1968 - 1969 1969 - 1974

1976 - 1978
1974 - 1976 1983 - 1991

1993 - 1995
ירחמיאל בויאר עמוס מר-חיים מרדכי קארעליץ ישכר פראנקנטאהל יעקב אשר אברהם רובינשטיין חנוך זייבערט אברהם רובינשטיין
1991 - 1993 1995 - 1997 1997 - 2003 2003 - 2008 2008 - 2013 2013 2013 - 2018 2018 - היינטיקער