מרדכי שלום יוסף פרידמאן
רבי מרדכי שלום יוסף פרידמאן זצ"ל (י"ז כסלו ה'תרנ"ז - כ"ט ניסן ה'תשל"ט), פון סאדיגורא-תל אביב, דער "כנסת מרדכי".
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי מרדכי שלום יוסף איז געבוירן י"ז כסלו ה'תרנ"ז, צו זיין פאטער הרב אהרן פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן, פון סאדיגורא, א זון פון הרב אברהם יעקב פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין. און צו זיין מוטער מרת שרה שיינדיל רויזא ( - י"ב מנחם אב ה'תשי"ח), א טאכטער פון הרב שלום יוסף פרידמאן, פון הוסיאטין.
רבנות
רעדאַקטירןפאר רבי מרדכי שלום יוסף איז געגאנגען צו דער חופה האט מען געברענגט דעם הייליגן רוזשינער'ס קיטל אנצוטוהן פאר דעם חתן, זיינע עלטער-פעטערס דער טשארטקאווער און דער הוסיאטינער האבן עס איבערגעגעבן פאר דעם באיאנער וועלכער איז געווען דער זקן שבחבורה (עלצטער פון דער גרופע). ביים אנטון דעם קיטל האט דער באיאנער אים געזאגט "היינט איז אור לב' ניסן, "החודש הזה לכם", לכם איז אותיות מלך, בניסן מונין למלכים, מאן מלכי, רבנן. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט גיין מיט דעם כח אין פועלן ישועות פאר כלל ישראל"
ביי דער ערשטער וועלט מלחמה איז רבי מרדכי שלום יוסף אנטלאפן קיין וויען צוזאמען מיט א גרויס טייל רוזשינער אייניקלעך. נאך דער קריג האט רבי מרדכי שלום יוסף זיך שטארק אריין געטוהן אין דער באוועגונג פון אגודת ישראל, ביי דער ערשטער כנסיה הגדולה - אין עלטער פון זעקס און צוואנציג יאר - האט מען אים אויסגעוועלט אלס מיטגליד פון וועד הפועל העולמי און אלס נשיא פון קרן התורה העולמית, און ביי דער צווייטער כנסיה הגדולה איז ער אויסגעוועלט געווארן אלס מיטגליד פון מועצת גדולי התורה.
אין יאר ה'תרצ"ט איז רבי מרדכי שלום יוסף ארויף געפארן קיין ארץ ישראל אין זיך באזעצט אין תל אביב.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי מרדכי שלום יוסף איז נפטר געווארן כ"ט ניסן ה'תשל"ט, און ליגט אין חלקת נחלת יצחק אין תל אביב.
פאמיליע
רעדאַקטירןב' ניסן ה'תרע"ג האט רבי מרדכי שלום יוסף געהייראט מרת מירל מירה (ה'תרנ"ח - ד' אדר ה'תשמ"ב), א טאכטער פון הרב ישראל שלום יוסף העשל, פון מעזשביזש. זייערע קינדער:
- הרב אברהם יעקב פרידמאן, סאדיגורא רבי פון בני ברק. ער האט געהייראט מרת צפורה א טאכטער פון הרב יוסף אריה פעלדמאן. זייערע קינדער:
- מרת חיה יוטא די ווייב פון ר שמואל זאנוויל שארף פון ניו יארק.
- רבי ישראל משה פרידמאן פון לאנדאן, סאדיגורער רבי
- מרת אלישבע די ווייב פון ר פנחס שפירא פון ארץ ישראל.
זעט אויך
רעדאַקטירןרעפערענצן
רעדאַקטירן- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- נר ישראל ח"ו בערכו (45)