דוד טווערסקי (טאלנא)
רבי דוד טווערסקי זצ"ל (ה'תקס"ח - י' אייר ה'תרמ"ב), מגיד פון טאלנא.
געבורט | 1808 |
---|---|
טויט | 1882 (אלט 74 בערך) |
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי דוד איז געבוירן אין יאר ה'תקס"ח, צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים, א זון פון הרב צבי, א זון פון רבי נחום גאון, באקאנט אלס רבי אדם בעל שם. און צו זיין מוטער מרת פייגא, א טאכטער פון הרב דוד לייקעס.
רבנות
רעדאַקטירןרבי דוד איז געווארן אויפגענומען אלס מגיד אין וואסילקיוב, שפעטער איז ער אריבער קיין טאלנא. אין יאר ה'תרל"ח האט רבי דודזיך געצויגן קיין גאליציע, און זיך באזעצט אין בראד, נאכהער איז ער צוריק קיין טאלנא.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי דוד איז נפטר געווארן י' אייר ה'תרמ"ב, און ער ליגט אין טאלנא.
זיין פאמיליע
רעדאַקטירןרבי דוד האט געהייראט מרת יענטא דבורה א טאכטער פון הרב ישראל אברהם פון טשערנאסטראה, א זון פון הרב משולם זושא פון האניפאלי, באקאנט אלס דער רבי ר' זושא. זייערע קינדער:
- הרב מרדכי טווערסקי (נפ' ו' תשרי תרל"ב ווען זיין פאטער האט נאך געלעבט) ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב שלמה פון סאווראן.
- הרב מנחם נחום טווערסקי ( - י"ט כסלו ה'תרע"ו), ממלא מקום פון זיידן אין טאלנא, ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב משה צבי פון טשעשילניק.
- מרת שיינדיל, די ווייב פון הרב מנחם נחום טווערסקי, פון שפיקאוו, א זון פון איר פעטער הרב יצחק טווערסקי, פון סקווירא.
- מרת ציזע, די ווייב פון הרב חיים מאיר היילפרין פון בארדיטשוב, און בזיווג שני ווייב פון רבי מרדכי טווערסקי פון רחמיסטריווקא.
זיינע ספרים
רעדאַקטירן- מגן דוד
- ברכת דוד
- קהלת דוד
זעט אויך
רעדאַקטירןרעפערענצען
רעדאַקטירן- מאורי אור
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר