מנחם נחום טווערסקי (מאקאראוו)

רבי מנחם נחום טווערסקי זצ"ל (ה'תקס"ה - ז' תשרי ה'תרי"א), פון מאקאראוו.

מנחם נחום טווערסקי
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי נחום איז געבוירן אין יאר ה'תקס"ה, צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים, א זון פון הרב צבי, א זון פון רבי נחום גאון, באקאנט אלס רבי אדם בעל שם. און צו זיין מוטער מרת פייגא, א טאכטער פון הרב דוד לייקעס.

נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תקצ"ז האט רבי נחום אנגעהויבן פירן זיין רעביסטעווע, אין דער שטאט מאקאראוו

רבי נחום איז נפטר געווארן ז' תשרי ה'תרי"א, און ער ליגט אין מאקאראוו.

זיין פאמיליע

רעדאַקטירן

רבי נחום האט געהייראט מרת הינדא מאטיל א טאכטער פון הרב יוסף הורוויץ, פון טורטשין, א זון פון הרב יעקב יצחק פון לובלין, דער חוזה. זייערע קינדער:

  • הרב יעקב יצחק טווערסקי ( - ל' ניסן ה'תרנ"ב), פון מאקאראוו. ער האט געהייראט א טאכטער פון הרב שמואל אבא שפירא, פון סלאוויטא, אן אייניקל פון רבי פנחס קאריצער. אייגינטימער פון דעם באקאנטן דריקעריי אין סלאוויטא.
  • מרת אדל, די ווייב פון הרב מרדכי מרגליות, פון דוסיבאר, א זון פון הרב מנחם נחום מרגליות רב אין מאציעוו.


זעט אויך

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן