רבי איציקל סקווערער
ערשטער סקווערער רבי
געבורט תקע"ב
טשערנאבל
פטירה י"ז ניסן תרמ"ה
חסידות סקווירא
הויף ארט סקווירא
נומער אין דינאסטיע 1
נאכפאלגער רבי דוד טווערסקי
פאטער רבי מאטעלע טשערנאבלער
מוטער פייגעלע (טאכטער פון ר' דוד לייקעס)
ווייב1 טאכטער פון ר' דן יונגערלייב
קינדער1 אברהם יהושע העשיל, מנחם נחום
ווייב 2 חיה מלכה פרידמאן
ווייב 3 חנה סימא
קינדער 3 ישראל, דוד

רבי יצחק טווערסקי (ה'תקע"ב - י"ז ניסן ה'תרמ"ה) פון סקווירא, באקאנט אלס "רבי איציקל סקווערער", איז געווען דער ערשטער סקווערער רבי.

רבי איציקל איז געבוירן אין יאר ה'תקע"ב, צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי, "דער טשערנאבלער מגיד", א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי, "דער מאור עינים", און צו זיין מוטער פייגעלע, א טאכטער פון ר' דוד לייקעס. ר' איציקל איז געווען דער זיבעטער פון די אכט זין פונעם טשערנאבלער מגיד.

רביסטעווע

רעדאַקטירן

אנדערש ווי זיינע זיבן ברידער, וועלכע האבן באלד אנגעהויבן פירן רבי'שע הויפן אויסגשפרייט איבער אוקראינע, האט ר' איציקל נישט אנגעהויבן שנעל צו פירן א רבי'סטווע גלייך נאך זיין פאטער'ס פטירה. ערשט נאך דער פטירה פון זיין צווייטער פרוי מלכה, די טאכטער פון דעם רוזשינער, און דאס חתונה האבן מיט זיין דריטער פרוי, חנה סימא, די טאכטער פון ר' נפתלי צבי פון סקווירא, וואס איז געווען א זונס זון פון ר' צבי הערש, זון פונעם בעל שם טוב, האט זיך ר' איציקל באזעצט אין דער שטאט סקווירא, דאס פריערדיגע וואוין-ארט פון זיין פארשטארבענעם שווער, און אנגעהויבן פירן רבי'סטעווע.

ווען ר' איציקל סקווערער האט גענומען די רביצין חנה סימא, האט ער געזאגט אזוי, איך מיין נישט קיין כבוד און נישט קיין געלט, מיטן טון דעם שידוך, איך וויל נאר ממשיך זיין בעשמ'סקע הייליגע נשמות אויף דער וועלט.

די שטאט סקווירא אין אוקראינע איז געווען א גרויסע און באקאנטע שטאט פון חסידים פון אלע סארטן. ספעציעל האבן געוואוינט דארט חסידים פונ'ם רוזשינער און זיינע זין, איבערהויפט פון דעם סאדיגורער זצ"ל. ר' איציקל האט זיך אבער קונה שם געווען און פיל חסידים האבן אנגעהויבן צו פארן צו אים. צווישן די חסידים וואס זענען צו אים געפארן זענען געווען אזעלכע וואס האבן אליין געפירט רבי'שע הויפן ווי ר' שלום מקוידנאוו און ר' ירחמיאל משה מקאזניץ, און נאך. אויך האבן זיך אנגעשלאסן צו ר' איציקל גאנצע גרופעס חסידים נאך די הסתלקות פון זייער פריערדיגע רבי'ס, ווי די חסידים פון ר' שמואל קאמינקער און ר' משה סאווראנער זצ"ל.

עס איז באוואוסט אז דער שינאווער רב איז געווען ביי ר' איציקל אויף צוויי שבתים מיט דער כוונה אים אנצונעמען אלס רבי. לויט ווי חסידים דערציילן האט דער שינאווער רב, באקאנט אלס א שטרענגער מחמיר אין הלכה, נישט געקענט סובל זיין ביים צווייטן שבת ווען א משרתת האט געצינדן ליכט אביסל שפעט, און איז אוועקגעפארן פון סקווירא אן אנטוישטער.

רבי איציקל איז נפטר געווארן דעם ערשטן טאג חול המועד פסח י"ז ניסן ה'תרמ"ה, און ליגט אין סקווירא.

רבי איציקל האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב דן יונגערלייב פון ראדוויל. זייערע קינדער:

  • הרב אברהם יהושע העשיל טווערסקי ( - ג' כסלו ה'תרמ"ז), פון סקווירא. ער האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב שמואל אשכנזי, בזיווג שני א טאכטער פון הרב יוסף זילבערפארב.

בזיווג שני האט רבי איציקל געהייראט מרת חיה מלכה בזיווג שני א טאכטער פון הרב ישראל פרידמאן דער הייליגער רוזשינער. זי האט נישט זוכה געווען צו קינדער.

בזיווג שלישי האט רבי איציקל געהייראט חנה סימא, א טאכטער פון הרב נפתלי צבי פון טיטיעוו א זון פון הרב אהרן טיטיעווער. זייערע קינדער:

זעט אויך

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו (25)


פֿריערדיגער:
ערשטער
דער סקווערער רבי
??? - תרמ״ה
נאָכפֿאלגער:
רבי דוד טווערסקי