יעקב ישראל טווערסקי
רבי יעקב ישראל טווערסקי זצ"ל (ה'תקנ"ד - י"ג אלול ה'תרל"ו), מגיד פון טשערקאס.
געבורט | 1794 | |
---|---|---|
טויט | 1876 (אלט 82 בערך) | |
פאך | רב | |
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי יעקב ישראל איז געבוירן אין יאר ה'תקנ"ד, צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים, א זון פון הרב צבי, א זון פון רבי נחום גאון, באקאנט אלס רבי אדם בעל שם. און צו זיין מוטער מרת שרה, א טאכטער פון הרב אהרן (הגדול) פון קארלין.
רבנות
רעדאַקטירןאין יאר ה'תקצ"ד איז רבי יעקב ישראל אויפגענומען געווארן אלס מגיד אין הארניסטייפל, און אנגעהויבן פראווען רביסטעווע, אין יאר ה'תר"ך איז אריבער קיין טשערקאס.
הסתלקות
רעדאַקטירןרבי יעקב ישראל איז נפטר געווארן י"ג אלול ה'תרל"ו, און ער ליגט אין טשערקאס.
זיין פאמיליע
רעדאַקטירןו' שבט ה'תקע"א האט רבי יעקב ישראל געהייראט אין לאדי מרת דבורה לאה ( - א' סיון ה'תרל"ו), א טאכטער פון הרב דובער פון ליובאוויטש. זייערע קינדער:
- מרת שרה פריידא די ווייב פון הרב מנחם נחום שניאורסאהן פון ניעזען.
- מרת אדל
- מרת שטערנא פייגא (רחל) די ווייב בזיווג ראשון פון הרב משולם זוסיא יצחק אויערבאך (ה'תקע"ט - ה'תרמ"ב), רב אין טאלמיטש.
- הרב מרדכי דוב טווערסקי רב אין הארנאסטייפל, אין יאר ה'תרט"ז האט ער געהייראט מרת רייצא א טאכטער פון הרב חיים האלבערשטאם דער צאנזער רב.
- מרת שרה בתיה די ווייב בזיווג ראשון פון הרב אהרן משה שניאורסאהן. בזיווג שני די ווייב פון הרב מאיר אלטער הלוי שפירא, רב אין לובני, פאלטאווע.
- מרת פייגא די ווייב פון הרב יוסף ראבינאוויטש פון בופאלא, אמעריקא
- מרת חנה חייטשע די ווייב פון הרב מרדכי פון סלחוב.
- מרת חישא ברכה
זיינע ספרים
רעדאַקטירן- עמק תפלה
זעט אויך
רעדאַקטירןרעפערענצען
רעדאַקטירן- מאורי אור
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ספר היחס מטשרנוביל, אהרן דוד טווערסקי