רבי אברהם טווערסקי זצ"ל (ה'תקס"ו - ב' תמוז ה'תרמ"ט) איז געווען מגיד אין טוריסק מער ווי פופציג יאר.

אברהם טווערסקי
קיין פריי בילד
געבורט 1806
וואהלין, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1889 (אלט 83 בערך)
אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
כינוי טריסקער מגיד
מדינה אוקראינע, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאטער מרדכי טווערסקי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי אברהם איז געבוירן אין יאר ה'תקס"ה, צו זיין פאטער הרב מרדכי טווערסקי דער טשערנאבילער מגיד, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים, א זון פון הרב צבי, א זון פון רבי נחום גאון, באקאנט אלס רבי אדם בעל שם. און צו זיין מוטער מרת פייגא, א טאכטער פון הרב דוד לייקעס. ווען ער איז געווען אלט צוויי און א האלב יאר איז ער געפארן מיט זיין פאמיליע קיין ליאזני אויף א חתונה.[1]

נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תקצ"ז האט רבי אברהם זיך געצויגן אין דער שטאט טוריסק וואו ער איז געווארן מגיד און האט אנגעהויבן פירן זיין רעביסטעווע,.

רבי אברהם איז נפטר געווארן ב' תמוז ה'תרמ"ט, און ער ליגט אין טוריסק.

זיין פאמיליע

רעדאַקטירן

רבי אברהם האט געהייראט מרת ריקל א טאכטער פון הרב יעקב אריה לייב שפירא פון קאוולע, א זון פון הרב מרדכי שפירא פון נעשכיז. זייערע קינדער:

  • מרת מינטשע די ווייב פון הרב שמואל העשל פון זשינקאוו.
  • מרת מלכה, די ווייב פון הרב אפרים מרגליות, א זון פון הרב חיים מרדכי מרגליות, דער שערי תשובה בזיווג שני.
    • מרת יוכבד, די ווייב פון הרב משה טווערסקי, פון קאריסטשאוו, א זון פון איר פעטער הרב מרדכי טווערסקי.
    • מרת גיטל, די ווייב פון הרב מנחם נחום טווערסקי, פון מאקאראוו.
  • מרת פייגא, די ווייב פון הרב דוד טווערסקי ( - כ"ד חשוון ה'תרס"ג), פון מאקאראוו, א זון פון איר שוועסטער-קינד הרב יעקב יצחק טווערסקי, פון מאקאראוו.

זיינע ספרים

רעדאַקטירן
  • מגן אברהם

זעט אויך

רעדאַקטירן

רעפערענצען

רעדאַקטירן
  • מאורי אור
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר