יהודה מאיר שפירא

(אַריבערגעפֿירט פון מאיר יהודה שפירא)

רבי יהודה מאיר שפירא (מהר"ם שפירא; ז' אדר ה'תרמ"ז - ז' חשוון ה'תרצ"ד), איז געווען דער מייסד און ראש ישיבה פון ישיבת חכמי לובלין און דער גרינדער פון דעם דף היומי.

יהודה מאיר שפירא
געבורט 3 מערץ 1887
שאץ, עסטרייך אונגארישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 27 אקטאבער 1933 (אלט 46)
לאדזש, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט הר המנוחות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

לעבענסגעשיכטע

רעדאַקטירן

יהורה מאיר שפירא איז געבוירן אין שאץ, רומעניע אין יאר תרמ"ז, אן אייניקל פון דעם רבי'ן ר' פינחס שפירא פון קארעץ. שוין יונגערהייט איז ער געווען א טאלאנטירטער רעדנער. ביי פופצן יאר האט ער באקומען היתר הוראה.

נאך זיין חתונה מיט מלכה טויבא, די טאכטער פון הרב יעקב דוד ברייטמאן, איז ער אריבער קיין טארנאפאל אין גאליציע, וואו ער האט געזעסן און געלערנט אויף קעסט ביי זיין שווער. אין יענער תקופה האט ער געגרינדעט דעם פארבאנד "תפארת הדת", וואס זיין צוועק איז געווען אכט געבן אויף רעליגיעזע אינטערעסן אין טארנאפאל.

אין ה'תר"ע איז ער געווארן רב אין גלינע (Hlyniany), דארט האט ער אויפגעשטעלט א ישיבה. אין ה'תר"ף האט די קהילה אין סאנוק אים דערוועלט אלס רב, וואו ער האט אריבערגעפירט זיין ישיבה. אין ה'תרפ"ג איז ער געווארן פון די ערשטע חרדישע מיטגלידער אין דעם פוילישן סיים אלס פארטרעטער פון אגודת ישראל. אין ה'תרפ"ד איז ער געווארן רב פון פיעטרקאוו. אינעם זעלבן יאר האט ער געגרינדעט ישיבת חכמי לובלין (יח"ל). אין ה'תרצ"ד בשעת ער האט זיך צוגעגרייט אויף א נסיעה קיין ארץ ישראל, און אט אויפנעמען דאס רבנות פון לאדזש, איז ער נפטר געווארן ז' מרחשון.

ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער. ער פלעג זאגן אז יח"ל און דף היומי זענען זיינע צוויי קינדער.

אין יאר ה'תשי"ח האט מען אריבערגעפירט זיינע ביינער פון פוילן אין הר המנוחות.

די געגנט „זכרון מאיר" אין בני ברק הייסט אויף זיין נאמען.

אגודת ישראל

רעדאַקטירן

רבי מאיר איז געווען אנוועזנד ביי דער גרינדונג קאנפערענץ פון אגודת ישראל אין ה'תרע"ב, און איז שטענדיג געווען א שטארקער שטיצער פון דער אגודה. אין ה'תרפ"ג, דאס זעלבע יאר ווען ער איז אריין אין סיים, האט ער פארגעשטעלט זיין געדאנק פון דף היומי ביי דער כנסיה גדולה, פונוועגן דער חפץ חיים האט אים הויך געשעצט. דעם דף היומי האט די וועלט אנגעהויבן לערנען ראש השנה ה'תרפ"ד.

זיין דרך אין לערנען

רעדאַקטירן

ער האט שטארק מחשיב געווען לערנען סדר קדשים, און מ'האט דאס געלערנט אין דעם פראגראם פון ישיבת חכמי לובלין. רוב פון זיינע חידושי תורה זענען אויף קדשים ענינים. ער פלעג שרייבן מיטן חפץ חיים וועגן ענינים אין זיין ספר "ליקוטי הלכות". לערנען בקיאות איז ביי אים געווען א יסודותדיגע זאך, וואס האט אויך א שייכות מיטן דף היומי.

אין סיים

רעדאַקטירן

אין זיינע ערשטע וואכן וואס ער איז געווען דער הויפט פון דער חרדישער יידישער דעלעגאציע אין דעם סיים, איז צוגעקומען צו הרב שפירא דער אנטיסעמיטישן פוילישן סיים דעפוטאט פראפעסאר לוטאסלאווסקי פון דער ענדעק פארטיי, וואס האט מער ווי איין מאל פארגעשטעלט שלענגעלישע געזעצן וואס האבן צוגענומען פון די מינאריטעטן זייערע ציווילע און עקאנאמישע רעכטן.

שטייענדיג פאר א גרופע דעפוטאטן האט ער אנגעהויבן מיט א כיטרן שמייכל: "ראבינער איך האב א וואונדערבארן נייעם וועג וויאזוי יידן קענען ערנערן פרנסה-- זיי קענען שינדן טויטע הינט."

אויפן ארט האט הרב שפירא צוריקגעשאסן. "אוממעגלעך, זייערע פארשטייערס וואלטן דאס קיינמעל נישט דערלויבט."

דער פראפעסאר איז געווען געפלעפט. "וועמענ'ס פארשטייערס? די יידנ'ס?"

"ניין," האט ר' מאיר געשמייכלט, "די הינט'ס פארשטייערס."

צעטומעלט, האט דער גוי געפרוווט נאכאמאל. "נו, מיין טייערער ראבינער," זאגט ער סארקאסטיש. "צי ווייסט איר אז אויפן טויער צו דער שטאט שלעזיע איז געשריבן: צו יידן און הינט איז פארבאטן אריינצוגיין?'"

"א שאד", זאגט דער רב. "קומט אויס אז מיר וועלן נישט קענען באזוכן יענע שטאט צוזאמען."

נאך דער מעשה האט הרב שפירא מער נישט געליטן פון אנטיסעמיטיש העצן.

אין בני ברק איז דא דער זכרון מאיר קוואַרטאַל אויף זיין נאמען. דער רב פון זכרון מאיר איז זיין תלמיד הרב שמואל הלוי וואזנער, וואס האָט געגרינדעט דארט די ישיבת חכמי לובלין אויפן פונעם רבי מאיר שפירא׳ס ישיבה אין לובלין.

זיינע ספרים

רעדאַקטירן

וועבלינקען

רעדאַקטירן