טארנאפאל
|
טאַרנאפאל (אוקראיניש: Тернопіль טערנאפיל; רוסיש: Тернополь טערנאפאל; פויליש, דייטש און ענגליש Tarnopol) איז א שטאט אין מערב-אוקראינע אויף די ברעגן פונעם טייך סערעט, וואס געפינט זיך אומגעפער 200 ק״מ דרום־מערב פון קיעוו.
טאַרנאפאל איז די הויפטשטאט פון דער טאַרנאפאלער גובערניע.
געשיכטע
רעדאַקטירןדי שטאָט איז געגרינדעט געווארן אין 1540. אין 1544 האט מען געקאנטשעט דעם טארנאפאלער שלאס. אינעם 17טן יארהונדערט איז די שטאט געווארן פארברענט ביים כמעלניצקי אויפשטאנד; די אלע יידן אין שטאט האט מען גע׳הרג׳עט אדער פארטריבן. אין 1870 האט מען געעפנט די באנן ליניע פון טארנאפאל קיין לעמבערג. אין יענעם יאר האט טארנאפאל געהאט א באפעלקערונג פון 25,000.
יידישע היסטאריע פון טאַרנאפאל
רעדאַקטירןיידן האבן זיך באזעצט אין טאַרנאפאל שוין ביי זיין גרינדונג און זענען גיך געווארן א מערהייט פון דער שטאט. די שטאט האט געהאט א שול געבויט פון שטיינער וואס האט אויסגעזען ווי א פעסטונג. אין די יארן פון די גזרות ת"ח ת"ט האט די יידישע קהילה געציילט 300 משפחות, וואס רוב פון זיי זענען אומגעקומען דורך די קאזאקן.
נאך 1772, ווען די קהילה איז געווארן אנעקסירט צו דער עסטרייכער אימפעריע, האט אנגעהויבן צו בושעוון אין טארנאפאל די ווינטן פון דער השכלה. די שטאט איז אויך געקומען אונטער דער השפעה פון חסידות פון די ארומיגע גאליציאנער שטעטלעך. צווישן די רבנים פון טארנאפאל איז געווען הרב יוסף באב"ד, מחבר פונעם ספר ״מנחת חינוך״.
אין 1880 האבן געוואוינט אין טאַרנאפאל 13,468 יידן, און אין 1931, 13,999 יידן.[1]
שטאטס רבנים פון טארנאפאל
רעדאַקטירןדי לעצטע אכט שטאטס רבנים פון טארנאפאל זענען געווען:[2]
- רבי יהושע העשל באב"ד (בערך יאר תק״ס) - מחבר "ספר יהושע"
- רבי שלמה יהודה לייב ראפאפארט [שי"ר] (1837–1840)
- רבי יוסף באב"ד (1840–1874) - מחבר פון "מנחת חינוך"
- רבי שמעון באב"ד (1874–1909) - זון פון זיין פאראויסגייער, האט פארפאסט הערות אויף זיין פאטער׳ס ספר
- רבי יהושע העשל באב"ד (1909–1919) - זון פון זיין פאראויסגייער, אן אויסערגעוויינלעכער בעל מידות און מכניס אורחים
- רבי מנחם מאָניש באב"ד (1919[3]-1938) - מחבר פון "חבצלת השרון" (שו"ת) און פון די גרעסטע פוסקים איו גאליציע
- רבי יעקב שליטא (1919-1942) - איידעם פון הרב יהושע העשל באב"ד. האט געדינט צוזאמען מיט לרב באב"ד, מיט זיין הסכמה. אין 1921 האט אויסגעבראכן צווישן זיי א מחלוקת ווען די פוילישע רעגירונג האט נאר מסכים געווען אנערקענען איין רב
- רבי יהושע העשל באב"ד (1938–1942) - איידעם פון הרב מנחם מאָניש באב"ד, אומגעקומען ביים חורבן מיט זיין ווייב סימא און זיין גאנצער משפחה
צווילינג שטעט
רעדאַקטירן- סילווען, בולגאריע
- יאנקערס, פאַראייניקטע שטאַטן
- עלבלאנק, פּוילן
- כארזאוו, פּוילן
- ראדעם, פּוילן
- טארנע, פּוילן
- באטומי, גרוזיע
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ "טארנאפאל", ביי "JewishGen" (אויף ענגליש)
- ↑ לפי ד"ר הלל זיידמן, רבני טרנופול במאות הי"ח והי"ט, בתוך: פ. קורנגרין (עורך), טרנופול, אנציקלופדיה של גלויות: סדרת פולין, כרך שלישי. ירושלים תל אביב, תשט"ו, עמ' 261–266.
- ↑ באופן לא פורמלי החל ברבנותו כבר בחיי הרב הקודם ב-1912.
וועבלינקען
רעדאַקטירן