מאיר הורוויץ
רבי מאיר הורוויץ זצ"ל (ה'תקע"ט - ח' תמוז ה'תרל"ז), רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם.
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי מאיר'ל איז געבוירן אין ראווא-רוסקא אין יאר ה'תקע"ט, צו זיין פאטער הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב, א זון פון מנחם מענדל ראַבין, רב אין לינסק, באקאנט אלס רבי מענדעלע לינסקער. און צו זיין מוטער חיה[1] א טאכטער פון הנגיד הרב יחיאל איכל רויזנפעלד פון ראווא-רוסקא.
רבנות
רעדאַקטירןרבי מאיר'ל איז נאך אויפגעצויגן געווארן עטלעכע יאר ביים זיידן דער ראפשיצער רב, נאכהער ביים פעטער רבי אשר ישעיה רובין, אויך האט ער געלערנט ביי רבי הערשעלע פון רימאנאוו. זיין פאטער האט אים גערופן יונגערהייט "מיין גאון". רבי מאיר'ל איז געווארן רב אין דזשיקאוו נאך ביים פאטער'ס לעבן. נאך דער פטירה פון פאטער האט זיך דאס דזשיקאווער חסידות שטארק אנטוויקלט, רבי מאיר'ל האט געמוזט צובויען א נייעם בית המדרש מיט א מקוה, סוכה, און א ספעציעלע שטוב פאר ערב פסח. רבי מאיר'ל איז געווען פאררעכענט אלס א גרויסער עושר, ס'איז ביי אים געווען "תורה וגדולה במקום אחד".
הסתלקות
רעדאַקטירןנאך דער פטירה פון הרב חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב - ה'תרל"ו - האט רבי מאיר'ל געזאגט אז זיין צייט איז נאנט. רבי מאיר'ל האט געליטן יארן לאנג פון א כיראנישע קרענק אין די דארמען, דארום פלעגט ער אלע יאר פארן קיין קארלסבאד נעמען טערמישע בעדער. אין דעם יאר - ה'תרל"ז - האט ער נישט געוואלט פארן, אבער זיינע נאנטע מענטשן האבן אים דאך צוגערעדט. רבי מאיר'ל איז נפטר געווארן אין קארלסבאד ח' תמוז ה'תרל"ז זיצנדיג אין זיין שטול און רייכערנדיג זיין פאקע-ציבעך, ער האט זיך אונטערגעזאגט "הנשמה לך והגוף פעלך חוסה על עמלך". צוויי טויזנט גולדן האט מען באצאלט אז מען זאל ערלויבן צו פירן אים קיין דזשיקאוו.
פאמיליע
רעדאַקטירןרבי מאיר'ל האט געהייראט מרת דבורה די טאכטער פון הנגיד הרב קלמן פיעצליס, א ראפשיצער חסיד פון קראקא. זייערע קינדער:
- מרת חנה די ווייב פון הרב יעקב יצחק אונגאר (ה'תקצ"ח – ה'תרנ"ב), רב אין זשאבנא.
- הרב נפתלי חיים הורוויץ (ה'ת"ר - יום כפור ה'תרנ"ה), פון ירושלים.
- הרב טוביה הורוויץ (ה'תר"ה (אומגעפער) - ה'תרע"ח (אומגעפער) ), רב אין מיידאן.
- הרב יהושע הורוויץ (שושן פורים ה'תר"ח - יום כפור ה'תרע"ג), ממלא מקום פון פאטער, רב אין דזשיקאוו.
- הרב יחיאל הורוויץ (ה'תר"י - י' שבט ה'תרפ"ח), רב אין פאקשיווניץ.
- מרת מלכה, די ווייב פון הרב ישראל הורוויץ פון מעליץ (ה'תר"י (אומגעפער) - ה'תר"ס (אומגעפער) ), אן אייניקל פון הרב יעקב הורוויץ פון מעליץ.
- מרת לאה, די ווייב פון הרב שלום האלבערשטאם (ה'תרט"ו (אומגעפער) - ה'תרצ"ד), רב אין פיעקלא, א זון פון הרב אהרן האלבערשטאם, דער קרייזער רב.
- הרב אהרן הורוויץ (ה'תר"י - י"ב אדר א' ה'תרפ"ז), אב אין בייטש
- מרת הינדא, די ווייב פון הרב ישראל האגער (ב' אלול ה'תר"ך - ב' סיון ה'תרצ"ו), דער דריטער וויזשניצער רבי.
זיינע ספרים
רעדאַקטירן- אמרי נועם - על התורה
- אמרי נועם - מועדים
- אמרי נועם - שו"ת
רעפערענצן
רעדאַקטירן- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ↑ רבי ישראל חיים אשרי ברענגט אז דער דזשיקאווער רב פלעג דערמאנען זיין זיידע דעם אמרי נועם מיטן נאמען "מאיר בן חיה" (יאהרצייט, אידישע טריבונע, ד' אדר ב' תשע"א)