רבי טוביה הורוויץ (ה'תר"ה - ה'תרע"ח) איז געווען רב אין מיידאן.

רבי טוביה איז געבוירן אין יאר ה'תר"ה (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב מאיר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת דבורה א טאכטער פון הנגיד הרב קלמן פיעצליס פון קראקא.

רבי טוביה איז געווען רב אין מיידאן, ביי דער ערשטער וועלט קריג איז ער אנטלאפן קיין וויען.

רבי טוביה איז נפטר געווארן אין וויען, ה'תרע"ח (אומגעפער).[1]

זיין זון:

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. רבי טוביה איז נפטר געווארן אין וויען, ה'תרע"ח (אומגעפער). ווי אזוי איז ער נפטר געווארן תרע"ח ווען זיין אייניקל וואס הייסט נאך איהם איז געבוירן תרנ"ג. ער איז אוועק יונגערהייט אומגעפער תרמ"ז